top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טאפלטן עת משוש בחצר הקודש בוהוש ביי שמחת נישואין פון חתן כלה אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א

  • sfbechatzros
  • 10 בספט׳
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 10 בספט׳

מיטוואך פ' כי תבא • י"ז אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

ברגשי שמחה והתעלות האבן הונדערטער חסידי בוהוש מיטגעהאלטן די געהויבענע שמחה כפולה בחצר הקודש ביי די שמחת החתונה פון חתן כלה אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, די חתן א זון פון בנו הגדול הרה"צ רבי משה יהודה פריעדמאן שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון זיין איידעם הרה"צ רבי משה נתן נטע לעמבערגער שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן בשמחה וגיל אינעם גרויסן אודיטוריום אין שטאט בני ברק.


מיט טיפע רגשי הלב האבן חסידי בוהוש מיטגעלעבט געהויבענע שעות פון התרוממות הנפש בצילא דמהימנותא פונעם דאפלטן זיידן די רועה נאמן, מיט אינערליכע רגשי הלב זייענדיג דאס ערשטן מאל וואס די רבי שליט"א איז עומד משני הצדדים ביי א שמחה במעון קדשו, באזונדער האבן זיך אנגעזעהן פילע תלמידי וחסידי מאקאווא, וואס די חתן כלה זענען ביידע מגזע בית מאקאווא, די חתן איז א אייניקל פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, און די כלה איז א אייניקל פון זיין אומפארגעסליכן ברודער הגה"צ אב"ד מאקאווא בני ברק זצ"ל.


צום באשטימטן צייט זענען די געהויבענע זיידעס ערשינען אינעם זאל צום מעמד קבלת פנים, ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און עס זענען געהערט געווארן דברי חרוזין דערמאנענדיג זכות אבות, מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן הגה"צ רבי משה מרדכי טוביאס שליט"א גאב"ד קדימה. פארן באדעקן האט די בוהושער רבי אנגעטוהן פארן חתן צוויי קאפלעך מבית גנזיו פון אבותיו הקדושים דער הייליגן רוזשינער און הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זי"ע.


דערנאך איז מען ארויס צום מעמד החופה תחת כיפת השמים, מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די זיידע פון חתן כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ אב"ד מאקאווא בני ברק שליט"א, ברכות ראשונות די דאפלטע פעטער'ס כ"ק אדמו"ר מביאלא רמת אהרן, און הגה"צ אבד"ק מאקאווא אשדוד, הגאון הגדול רבי שמואל בראדסנדארפער חבר בד"ץ העדה החרדית און הגה"צ רבי לייבוש טוביאס רב חסידי בוהוש, ברכה אחריתה די דאפלטע פעטער כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א. נאכן חופה האט זיך דער גאנצע ציבור ספאנטאן ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין און די געהויבענע זיידעס און מחותנים האבן זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


דאן האט די ציבור מיסב געווען צום סעודת החתונה, אינצווישן זענען חסידי בוהוש דורך ביים רבי'ן שליט"א וואונטשן מזל טוב, און די רבי האט פארטיילט וויין פאר די חסידים לחיים ולברכה.


עס איז שוין געווען נאך 11:00 אויפדערנאכט ווען דער ראש בית אב די רבי שליט"א איז ערשינען צום סעודת החתונה אינעם זאל וועלכע איז געווען מלא וגדוש עד אפס מקום מיט הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, ווערנדיג ענטפאנגען בשירה וזמרה.


די ריקודין האבן אנגעהאלטן לענגערע שעה'ן בשמחה וצהלה מיט א באזונדערע התרגשות, צווישן די ריקודין האבן זיך אנגעזעהן א ספעציעלע ריקוד פון די זקני ופני העדה אל מול פני הקודש, און דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד אינאיינעם מיט די פילע אורחים הנכבדים און נדיבי עם וואס זענען געקומען צופארן מעבר לים מיטצוהאלטן דעם עת משוש, א באזונדערע פייערדיגע ריקוד איז דער רבי געטאנצן אינאיינעם מיט די בחורים און יונגעלייט 'גיבורי חיל' וועלכע שטעלן זיך נישט צום לשכת הגיוס, ווען אינצווישן זיי איז דער חתן דינן וועלכע ציילט זיך צווישן די גיבורי חיל, די זאל האט ווי אויפגעלעבט זינגענדיג איינמאל און נאכאמאל דעם ניגון 'השם הוא מלכינו - ובלשכותיהם אין אנו מתיצבין'.


צווישן די פילע אדמורי"ם ורבנים וואס האבן באשיינט די שמחה האבן זיך אנגעזעהן די פעטער האדמו"ר מטשערנאביל, האדמורי"ם ממאחנובקא בעלזא, ביאלא, סאדיגורא, אוזרוב, שבט הלוי, אנטניא, חוג חתם סופר, אב"ד אביר יעקב תל אביב און נאך.


פארן בענטשן איז די זיידע כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א געטאנצן מצווה טאנץ לפני הכלה מיט אן אש קודש. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די פעטער מצד החתן הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא, די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה, און הגה"צ רבי איתמר ראזענבוים אב"ד קרעטשניף בני ברק, הנגיד ר' אהרן הערש פריינד הי"ו פון וויליאמסבורג און נאך, ברכה אחריתא די פעטער הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א.


ארום צוויי אזייגער האט מען צוגעטרעטן צום רעווא דרעווין די געהויבענע מעמד המצוה טאנץ, ווען צום ערשט זענען געטאנצן די פעטער'ס הרבנים לבית מאקאווא בני ברק, און די חשובע מחותנים די צוויי שוואגער'ס צנתרי דדהבא.


אינעם הויכפונקט האט מען זוכה געווען מיטצולעבן די עבודת הקודש פון מצות הריקודין דורכ'ן גרויסן זיידע משני הצדדים דער רבי שליט"א, בדחנא דמלכא ר' שמואל ניילענדער הי"ו האט אויפגערופן דעם רבי'ן און דערמאנט די פילע ישועות וואס כלל ישראל נויטיגט זיך בפרט מיט די שווערע גזירות על הדת. דערנאך האט די רבי אפגעראכטן די פלאם פייערדיגע ריקודים לפני הכלה פאר קרוב צו א שעה צייט למעלה מגדר אנושי, בשעת ווען דער ציבור האט זיך געהויבן אין די לופטן מיט גרויס חיות און התלהבות.


די רבי איז דערנאך געטאנצן מיט'ן חתן און די מחותנים, מיט די בני משפחת המלוכה, און מיט אלע געסט פון אויסלאנד, און א באזונדערע ריקוד מיט די פעטער פון חתן הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח בן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. עס איז שוין געווען אום זקעס אזייגער צופרי הארט פארן נץ החמה ווען די שמחה האט זיך געשלאסן מיט גרויס דערהויבנקייט, ברן יחד כוכבי בוקר.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page