מיט גרויס צער קומט אן די ביטערע בשורה פון בארא פארק איבער די הסתלקות לשמי מרום פון כ"ק הגה"צ הישיש רבי יחזקאל וואגשאהל זצ"ל אבד"ק לאנצהוט, אין עלטער פון 95 יאהר.
דער רב זצ"ל וועלכע איז געווען משרידי דור הישן וממעתיקי השמועה איז געווען א זוהן פון כ"ק אבד"ק לאנצהוט הגה"צ רבי אלתר יעקב יצחק וואגשאהל זצ"ל און אן איידעם ביי הגה"צ רבי יחיאל גרינצווייג זצ"ל מדאלהא. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
דער רב זצ"ל האט נאך מיטגעמאכט דעם צווייטן וועלט-קריג און איז עטליכע יאהר געווען פארשלאפט אין דעם ביטער-באקאנטן סיביר טויט-לאגער אינאיינעם מיט זיין פאטער זצ"ל פון ווי זיי זענען בנסים געראטעוועט געווארן מגי צלמות. דער רב זצ"ל איז געווען משרידי דור הישן וממעתיקי השמועה און א דרוכגעווייקטע חסידישע איד וואס האט געלעבט מיטן אויבערשטן מעת לעת, אויך איז ער געווען דער לאנגיעריגע בעל תפלה אויף די ימים נוראים ביי הרה"ק מסטוטשין זי"ע און שפעטער ביי נכדו כ"ק אדמו"ר מסטוטשין שליט"א.
דער רב זצ"ל האט איבערגעלאזט זיינע חשובע קינדער: הרה"צ ר' יחיאל שליט"א אב"ד לאנצהוט-וומסב"ג חתן הרה"ק ר' הערשעלע מספינקא זי"ע, הרה"צ ר' נפתלי חיים שליט"א חתן הגה"צ ר' וואלף גרינפעלד שליט"א מנירדהאז, הגה"צ ר' יחיאל שליט"א חתן הרב מענדל שטיינמעץ שליט"א. זיינע חשובע איידימער: הגה"צ ר' מרדכי באב"ד שליט"א ראב"ד מכון להוראה און הגה"צ ר' יהודה לייב קליין שליט"א בן הגה"צ אבד"ק טאבא-מונטריאל זצ"ל. די לויה איז ארויס פארנט פון זיין שטוב אין בארא פארק אויפן וועג צום סאטמאר'ע ביה"ח אין ניו דזורסי ווי ער וועט קומען לקבורה סמוך ונראה לציון אביו זצ"ל.
Comentarios