top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קורצע איבערבליק: יו"ט שבועות תש"פ‎

גור: די תפלות זענען אפגעראכטן געווארן פריוואט בלויז מיט די משפחת המלוכה און די מסורה'דיגע 'נסיעות' איז צום ערשטן מאל אפגערופן געווארן זינט דעם צווייטן וועלט קריג צוליב די מצב. דער רבי האט געזאגט קדיש יו"ט ביינאכט און ביי מנחה יו"ט לרגל די יארצייט פון זיידן הרה"ק בעל אמרי אמת זצ"ל וועמענ'ס יארצייט געפאלט אויף שבועות. נאכ'ן דאווענען איז דער רבי אריבער צו די דעזעגנירטע ארט ווי ס'זענען געשטאנען די אייניקלעך מיט די מאסקעס אויפן פנים און געוואונטשן 'גוט יו"ט'. די סעודות האט דער רבי שליט"א געגעסן פריוואט ביי זיך אין שטוב מיט די קינדער, בשעת ווען די אייניקלעך האבן געגעסן אין ביהמ"ד אויף דרום זייט. אינמיטןם סעודה האט דער רבי געשיקט הרב לייבל פיזאניצבאסקי הי"ו מיט וויין-שריים אויסצוטיילן פאר די אייניקלעך. נאכ'ן סעודה איז דער רבי אריבערגעקומען צו די אייניקלעך און געוואונטשן גוט יו"ט.

סאטמאר-מהר"א: ערב יו"ט איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אריינגעקומען פון די נייע צוגעבויעטע פליגל אויף דרום זייט ביהמ"ד ווי עס זענען געווען פלאצירט די עלטערע יודן און די רבי האט באגריסט אלע יודן. אין א היסטארישע און זעלטענע שריט האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן מיט א ברען 'הודו לה' כי טוב', ווי דער רבי שליט"א האט שפעטער ערקלערט ביי די דברות קודש אז כאטש מ'פירט זיך אז ערב שבועות ביי מנחה זאגט מען נישט הודו, דארף מען עס אבער יא זאגן דאס יאר שטייענדיג נאך אזא שווערע מצב וואס מיר זענען אדורך נאכ'ן זיין פארשפארט אינדערהיים, מוציא אסורים בכושרות און זייענדיג חולים שנתרפאו. ביי הויעך שמו"ע ביי ברכת הודאה האט דער רבי שליט"א געזאגט מיט בכיות די ווערטער: "על חיינו המסורים בידיך". נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און ארויסגעברענגט רגשי הלב מיט שבח והודאה לה' אז מ'געפונט זיך שוין צוריק אין ביהמ"ד און געזאגט אז יעדער וואס איז געבליבן לעבן, איז מחיוב צו ברענגען א 'קרבן תודה' און אויך די וואס האבן גארנישט געשפירט האבן געהאט א דאפעלטע נס און דערפאר ליגט א חיוב אויף יעדן איינעם צו ברענגען א קרבן תודה פאר'ן אויבערשטן, נאר אזוי ווי די בית המקדש איז חרוב געווארן זאל מען זיך מקבל זיין אנטשאט דעם קבלות טובות. דערנאך איז דער ציבור ארויס אין פייערדיגע ריקודין אויף די ניגון 'חסדי ה' און נאך ניגונים איבער א האלבע שעה, בשעת ווען דער רבי שליט"א שטייט אויפן ארון קודש און איז מעודד די ניגונים בדביקות עצומה. נאך מעריב איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן 'גוט יו"ט' פארן גאנצן ציבור.

די ערשטע טאג צופרי פאר קריאת התורה האט דער רבי שליט"א ווידער אויפגעטראטן מיט דברות קודש און ארויסגעברענגט אז יעדער איז מחיוב צו בענטשן גומל און האט נאכגעזאגט פונעם חת"ס אז איינער וועט מוציא זיין דעם גאנצן ציבור און דערנאך זאל מען ענטפערן 'שגמלונו' כל טוב (און נישט 'שגמלך' לשון יחיד). דערביי האט דער רבי מכבד געווען מיט ברכת הגומל הרה"ח ר' יעקב פארגעס הי"ו. דערנאך זענען די חסידים ווידער ארויס אין פייערדיגע ריקודין א לענגערע צייט בשעת ווען דער רבי איז געבליבן שטיין אויפן בימה. שבת צופרי ווען דער רבי איז ארויס פון ביהמ"ד האט ער זיך אנגעטראפן מיט הרב אליהו שלמה קאהן שליט"א – מנהל בית רחל און האט זיך אויסגעדרוקט: "אויב אזא גרויסע ביהמ"ד קען זיין אפן מיט אזויפיל טויזענטע יודן, קען מען שוין אויך עפענען די סקול"... ביי נעילת החג האט דער רבי אנגעהויבן זינגען ניגוני הודאה 'אהללה ה' און עד הנה' וינועו אמות הסיפים ווען דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ א לענגערע צייט. פאר'ן זמן ר"ת האט מען פארענדיגט דעם טיש למנוע מעינא בישא און בילדער כאפעריי אנגעפולט מיט פול השפעות און א געהויבענע געמיטער נאכ'ן מיטלעבן דעם דערהויבענעם יו"ט בצל הקודש.

בעלזא: ערב יו"ט איז פארגעקומען די היסטארישע מעמד 'הכנסת שלשה ספרי תורה' צום היכל ביהמ"ד הגדול. איין ס"ת איז געשריבן געווארן לע"נ אדמור"י בעלזא און חסידי בעלזא זצ"ל פון פאר'ן קריג. די צווייטע ס"ת לזכות חסידי בעלזא המסתופפים בצל הקודש און האבן גענומען א חלק אין אויפבויען בנין ביהמ"ד הגדול אין ירושלים. די דריטע ספר איז געשריבן געווארן דורך 'מרכז מוסדות בעלזא' לזכות כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. די תהלוכה איז ארויס פון 'בית תפלה' פון מרן בעלזא רב שליט"א. דער רב שליט"א האט געהאלטן די ס"ת וואס איז געשריבן געווארן לזכות די תורמי הבנין, הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א האט גענומען די צווייטע ס"ת, און הרב הערשל פארקאש הי"ו – מנכ"ל המרכז האט גענומען די ס"ת וואס איז געשריבן געווארן דורך מרכז מוסדות בעלזא. אריינקומענדיג ביים טיהר פון היכל האט דער רב שליט"א פארגעזאגט 'מזמור לדוד' כנהוג און דערנאך האט דער רב אריינגעלייגט די ספרי תורה אין ארון קודש. יו"ט ביינאכט ביים טיש האט מען מכתיר געווען הגה"צ ר' חיים צבי שפירא שליט"א אלס 'ראב"ד' קהל מחזיקי הדת.

סקווירא: ווי געמאלדן האט מען פון פאר יו"ט איינגעטיילט וועלכע יודן וועלן קענען מיטהאלטן וועלכע תפלות און טישן לויט די סדר פון די אותיות. די אנדערע אידן וואס האבן נישט געדאווענט מיט'ן רבי'ן, האבן געדאווענט איינגעטיילט אין עטליכע בניני המוסדות אין שפיץ פון רבינ'ס קינדער וואס האבן געדאווענט פאר'ן עמוד און פארגעזאגט אקדמות. די מנינים האבן געדאווענט פריער ווי דעם רבינ'ס מנין, אזוי אז נאכדעם וואס די רבי'ס קינדער האבן געענדיגט דאווענען זענען זיי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צו הערן אקדמות פון טאטן. די ערשטע טאג יו"ט ביינאכט האט מען געזינגען לעבעדיגע ניגונים נאכ'ן בענטשן טראצדעם וואס די מנהג אין סקווירא איז נישט צו זינגען ביים טיש נאכדעם וואס אין סקווירא אינדערהיים איז מען אויך געטאנצן נאכ'ן טיש.

ויזניץ: מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א איז צוריקגעקומען פון חצור לכבוד שבועות ווי דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן אין לויף פון די לעצטע צוויי חדשים און ערב יו"ט האבן די חסידים פון אנדערע שטעט געקענט אריבערגיין זיך וואונטשן ביים רבי'ן לכבוד יו"ט, וויבאלד עס איז נישט געווען ערלויבט בלויז פאר חסידים פון בני ברק מיטצוהאלטן דעם יו"ט בצל הקודש. דורכאויס יו"ט איז דער רבי געזעצן אפגערוקט אויף א פלטפארמע און מ'האט זיכער געמאכט אז מ'פאלגט אויס אלע רעגולאציעס אריינגערעכנט אז עס איז נאר אריינגעלאזט געווארן אין ביהמ"ד א באשטימטע צאל מענטשן און בלוי זמיט א מאסק אויפן פנים. די שומרים ביים טיהר זענען געשטאנען מיט א זעקל פון מאסקעס און געטיילט א מאסק פאר די וואס האבן נישט פארמאגט, וויבאלד נאר מיט א מאסק האט מען געקענט אריינגיין אין ביהמ"ד.

אן אינטערסאנטע עפיזאד הא זיך אפגעשפילט ביי 'יזכור' ווען אלע יודן וואס דארפן זאגן 'יזכור' האבן זיך צונויפגעזאמעלט אין צענטער פון ביהמ"ד ווי זיי זענען געווען ארומגענומען מיט פלעסטיק און אזוי ארום האט דער ציבור געקענט בלייבן אויף די פלעצער און נישט ארויסגיין אינדרויסן און קומען אין בארירונג מיט נאך מענטשן... שבת ביינאכט האט דער רבי געטיילט שריים פאר פינף-און-דרייסיג חתנים וואס האבן א שידוך-געטון אין די פארלאפענע תקופה. דאס עסן איז ארויפגעלייגט געווארן אויף א טעלער ווי ס'איז שוין געווען אויפגעשריבן די נאמען פונעם חתן און איז איינגעקוויקעלט געווארן אין א פלעסטיק און אזוי איז עס ארויפגעשיקט געווארן צו די חתנים.

מוצאי שבת איז פארגעקומען די טיש נעילת החג צואזמען מיט די 'שמחת הפארשפיל' פאר'ן רבינ'ס אייניקל ווי עס האבן זיך באטייליגט די חסידים פון אלע שטעט אינדרויסן פון בני ברק, בשעת ווען די איבריגע חסידים האבן מיטגעהאלטן דען טיש לעבעדיג דורך א 'סקרי"ן' אויף די גאסן פון שטאט. דער רבי האט דערמאנט ביי די דברות קודש איבער די גרויסע חסדים ווען יודן זענען בניסים געראטעוועט געוואןר פון די מגיפה, צווישן זיי הרה"ח המפורסם ר' חיים משה פעלדמאן הי"ו מחשובי חסידי ויזניץ ובונה ומקים עולמות של תורה.

סאטמאר-מהרי"י: אלע תפלות און טישן זענען פארגעקומען ווי געהעריג אין ביהמ"ד הגדול. ביי די טישן איז דער רבי געזעצן אויף א פלאטפארמע אליינס. בשעת דער ציבור איז אדורך זיך וואונטשן גוט יו"ט איז דער רבי געווען ארומגענומען מיט א גלאז. אויך ביי די שריים האט מען זיך באנוצט מיט טעלער'ס. די קריאת הכתובה און קרעפל פשעטל זענען פארגעקומען ביים זעלבן טיש און דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט בדרך צחות אז מ'וועט מקיים זיין די נייע חתונה תקנה פון נישט מאכן קיין עקסטערע תנאים. ביי די תורה האט דער רבי ארומגערעדט אז די נוסח הכתובה קומט פון קדושת לוי. מ'האט געליינט אין די תורה פון צאנזע רב און הרה"ח ר' משה פרידמאן הי"ו – משב"ק האט געבענטשט גומל.

באבוב: די תפלות זענען פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי די בעלי בתים זענען געווען פלאצירט אין היכל הביהמ"ד און די בחורים אין עזרת נשים. דעם רב'ס קינדער האבן געדאווענט אין עזרת נשים מיט די בחורים. ביי די טישן איז דער רב געזעצן אליינס אויף א פלאטפארמע און ס'זענען נישט געווען קיין פארענטשעס בשעת ווען דער ציבור איז געזעצן אויף די געווענליכע פלעצער ווי מ'שטייט ביים דאווענען און די בחורים און יונגעלייט זענען געשטאנען ארום. שבת ביינאכט האט דער רב געטיילט לעבער פאר צוואנציג חתנים וואס האבן א שידוך-געטון אין די פארלאפענע תקופה. מוצ"ש האט דער רב שליט"א געהייסן בנו הבחור שלמה ני"ו צו שמעקן די בשמים צוליב דעם וואס דער רב שליט"א ליידט אין די יעצטיגע טעג אויפן חוש הריח. די צוויי שוואגער'ס הגה"צ ר' חיים יעקב טויבער דומ"ץ באבוב און הגה"צ ר' יעקב ישראל מייזליש אב"ד קרית באבוב-בת ים האבן געדאווענט אפגעזונדערט אין א זייטיגע שטוב. קריאת התורה האט געליינט חדב"ן הרב חיים שלמה האלבערשטאם שליט"א און נישט הגה"צ דומ"ץ שליט"א ווי געווענליך.

באבוב-45: די תפלות זענען פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי די צווישן די טישן זענען געווען מחיצות פון פלעסטיק. אידן פון זעכציג יאר און העכער האבן געדאווענט אויבן אין גאלערי, בחורים אין היכל המתיבתא. נאכ'ן דאווענען האט דער רבי און דער רב געוואונטשן 'גוט יו"ט' אויפן ארון קודש. די עריכת השולחנות זענען פארגעקומען אין היכל המתיבתא ווי די בחורים זענען געשטאנען אויף די פארענטשעס. די ערשטע טאג יו"ט איז פארגעקומען די הכנסת ס"ת נדבת הגה"צ דער רב שליט"א. ביום השבת האט דער רבי געדאווענט אין היכל המתיבתא. ביי נעילת החג האבן זיך באטייליגט אלע חסידים און די בחורים און יונגעלייט זענען געשטאנען אויף די פארענטשעס.

באיאן: עטליכע שעה פאר'ן זמן הדלקת הנרות איז געמאלדן געווארן אז דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן א טיש סיי יו"ט ביינאכט און סיי שבת ביינאכט. דאס קומט נאכדעם וואס פאר יו"ט איז שטרענג אויפגעפאדערט געווארן בפקודת הקודש אז די יו"ט איז געאייגענט בלויז פאר אנ"ש וואס וואוינען אין ירושלים און די חסידים פון אנדערע שטעט זאלן נישט קומען. אויך איז געמאלדן געווארן אז בחורים זאלן נישט גיין אין מקוה שבועות פארטאג'ס און אויך נישט שבת כדי נישט גורם זיין א געדרענג אין מקוה. ביי נעילת החג האט דער רבי שליט,א געזאגט אז אזוי ווי מ'איז געראטעוועט געווארן פון א צרה איז דא א חיוב צו לויבן דעם באשעפער און דערפאר זאל מען זאגן נשמת בציבור און דער גאנצע עולם האט געזאגט נשמת בכוונה.

ויזניץ-מאנסי: דער ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-לונדון שליט"א האט געפראוועט דעם גאנצן יו"ט אין ביהמ"ד הגדול אין מאנסי ווי עס האט געהערשט א געוואלדיגע אחדות אטמאספערא. רוב כיבודים האט דער מאנסי רבי שליט"א איבערגעגעבן פארן ברודער האדמו"ר שליט"א מלאנדאן. דער לאנדאנער רבי שליט"א איז געקומען אן קיין גבאים און דער רבי פון מאנסי האט זיך געזארגט על כל פרט ופרט אז אלעס זאל זיין צוגעשטעלט על צד היותר טוב. אינמיטן תיקון ליל שבועות איז דער רבי אפילו אים געגאנגען מאכן א קאווע פארן ברודער. ווען דער לאנדאנער רבי שליט"א איז ארויס אינמיטן דאווענען האט דער רבי אפגעשטעלט דאס דאווענען ווארטנדיג פארן ברודער און ביים אויסטרעטן שמו"ע האט יעדער ברודער אלס געווארט פארן אנדערן.

ביי נעילת החג האט דער לאנדאנער רבי שליט"א שטארק גערעדט בשבחו פונעם ברודער, זאגענדיג אז "יפה כח הבן מכח האב" איז בגימטרי' דעם ברודער'ס נאמען "ישראל בן מרדכי". אויך האט דער מאנסי רבי נאכגעזאגט ביי נעילת החג א ווארט וואס דער ברודער פון לונדון האט געזאגט א טאג פריער.

ויזניץ-קיימישא: די תפלות און טישן זענען פארגעקומען ווי געהעריג אזוי ווי ביז יעצט. אויף יו"ט זענען געקומען צו פארן א גרויסע צאל געסט פון איבער גרעיטער ניו יורק. יו"ט צופרי איז אנגעקומען קיין קרית ויזניץ הרב חיים מאיר האגער שליט"א בן מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א וועלכע האלט זיך אויף אין די דערנעבענדיגע 'אלפיין עיקער'ס באנגעלוי-קאלעני' און איז צוגעגאנגען צום עמוד אויף תפלת שחרית. ביי נעילת החג האט דער רבי מרעיש עולמות געווען קעגן דאס זיך באנוצן מיט סמארטפאונס און האט זיך אויסגעדרוקט אז די היתר צו האבן א סמארט-פאון איז נאר אויב מען האט נישט קיין אנדערע פרנסה, אבער אויב מ'דארף נאר א סמארטפאון כדי צוצוהעלפן די פרנסה – איז די היתר נישט געזאגט געווארן. מוצאי יו"ט האט מען אהיימבאגלייט דעם רבי'ן לביתו נאוה קודש.

פאפא: די תפלות און טישן איז אלעס געווען ווי געהעריג אין גרויסן ביהמ"ד בשעת ווען די עזרת נשים איז צעטיילט געווארן פאר בחורים און נשים. ביי נעילת החג האט דער רבי ארומגערעדט איבער 'אמונת חכמים' און נישט נשפע ווערן פון פרעמדע בעלי דרשנים. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער חיזוק בלימוד התורה און איבער קדושת ביהמד נישט צו רעדן ביים דאווענען.

סערט-וויזניץ: אלע תפלות און טישן זענען פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מיט די באטיילעגונג בלויז פון פופציג יודן עפ"י הגורל.

סקאליע: די תפלות און טישן זענען פארגעקומען ווי געהעריג אזוי ווי ביז יעצט בבית מדרשו אויף די אכצענטע עוועניו אין בארא פארק. שבת ביינאכט האט דער רבי שליט"א פארפאסט א נייע ניגון אויף די ווערטער 'עליונים ששו' און איז איבערגעזינגען געווארן ביי די טישן דורכאויס שבת.

נאוואמינסק: די צוויי ברודער כ"ק אדמו"ר מנאוואמינסק שליט"א און כ"ק אדמו"ר מנאוואמינסק-לעיקוואוד שליט"א האבן ביידע געפראוועט דעם יו"ט אין בארא פארק. דער רבי פון ב"פ האט געדאווענט ותיקין און פארגעזאגט אקדמות און געזינגען די ניגון אשת חיל כנהוג, און דער רבי פון לעיקוואוד האט געדאווענט ניין אזייגער און פארגעזאגט אלעס כנהוג. נעילת החג האט דער רבי פון ב"פ געפראוועט אין נאוואמינסק'ע ביהמ"ד, און דער רבי פון לעיקוואוד אין בנין הישיבה.

סטוטשין: צוליב די גרויסע ציבור וואס האט געוואלט מיטהאלטן די עבודת הקודש, האט מען צוטיילט דאס דאווענען אין צוויי. דער רבי האט געדאווענט פאר'ן עמוד שחרית יו"ט שבועות ביי ותיקין און פארגעזאגט אקדמות. שפעטער ביי די ניין אזייגער מנין האט דער רבי ווידער פארגעזאגט אקדמות און געדאווענט מוסף פאר'ן עמוד. אויך די טיש נעילת החג איז צוטיילט געווארן אין צוויי חלקים.

מונקאטש: יו"ט נאכמיטאג האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך ביי בנו הרה"צ ר' פישל ראבינאוויטש שליט"א. אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי שליט"א באגעגענט מיט כ"ק אדמו"ר מסקווירא מב"פ שליט"א.

בלאזוב-ריבאטיטש: לכבוד יו"ט האט מען איבערגעמאכט און פארשענערט דאס ביהמ"ד. שבועות האט דער רבי געקויפט אן עלייה פאר די חתנים וואס זייערע חתונות וועלן פארקומען אין די קומענדיגע תקופה אויף א קלענערע פארנעם.

סקולען: אלע תפלות ועריכת השולחנות זענען פארגעקומען ווי געהעריג אין ביהמ"ד, בשעת ווען דער רבי איז געזעצן אפגערוקט פון ציבור אונטער א פלעסטיק. פאר אקדמות האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און געהאלטן א פייערדיגע דרשה איבער זיך מחזק זיין בקדושת ביהמ"ד און נישט רעדן ביים דאווענען און אויך אינדערוואכן זאל מען נישט ברענגען קיין טעלעפאנען אין ביהמ"ד. ביי קריאת התורה האט מען אריינגעברענגט די ספר תורה אינעם רבינ'ס שטח ווי דער רבי האט געדינט אלס בעל קורא.

סקולען-מאנסי: ביי נעילת החג האט דער רבי שטארק גערעדט קעגן דאס וואס מ'האט פארשפארט די בתי מדרשים.

וויען: די תפלות און טישן זענען פארגעקומען ווי געהעריג אין ביהמ"ד אבער דער רב האט נישט געגעבן די הענט. ביי נעילת החג האט דער רב שליט"א געזאגט אז ביז יעצט האט די דעת תורה געהייסן פארשפארן בתי מדרשים אבער יעצט זאגט דער דעת תורה צוריקצועפענען די בתי מדרשים און ס'איז שוין נישטא קיין תירוצים פון תפלה ציבור און זיך ארויסדרייען פון גיין אין מקוה. דער רב האט אויפגעפאדערט די בחורים אז טראצדעם וואס די סדרי הישיבה זענען נאכנישט ווי געהעריג און ס'פארלאנגט אויפצושטיין פארטאג'ס, דאך דארף א בחור וויסן די חשיבות און יא אויפשטיין פארטאג'ס מיט זיין אייגענע ווילן. אזוי אויך האט דער רב געזאגט אז א בחור האט שוין נישט קיין שום תירוץ זיך ארומצודרייען מיט א סעלפאן.

דאראג: די תפלות ועריכת השולחנות זענען פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, בשעת ווען די בחורים פון ישיבה קטנה האבן געדאווענט אין עזרת נשים. ביי די טישן זענען די חסידים געשטאנען אויף די פארענטשעס אפגערוקט איינער פונעם צווייטן מיט מאסקעס אויף די פנימ'ער. לכבוד יו"ט האט מען באנייט א הערליכע נייע 'ארון קודש' וואס די לוחות קומען פון שטאט 'דאראג' אין אונגארן. אויך האט דער רבי שליט"א באנייט א נייע שטריימל לכבוד יו"ט.

טענקא: ביי קריאת התורה האבן געבענטשט גומל צוויי ניינציג יעריגע יודן וואס האבן איבערגעלעבט די מגיפה. נאך מנחה געזאגט קרעפל פשעטל מ'דארף זיך מחזק זיין אין לימוד התורה און קדושת ביהמ"ד. די צווייטע טאג האט דער רב אויפגעטראטן פאר תלמידי ישיבת נאוואמינסק בביתו. ביים נעילת החג האט דער רב שליט"א מרעיש עולמות געווען קעגן די אזוי גערופענע חברה וואס האבן ארויפגעלייגט אויף אים שטארקע דרוק דורכאויס די מגיפה אויפדעם וואס דער רב האט אפן געהאלטן דאס ביהמ"ד און איז געגאנגען אויף סידור קידושין. דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסע חלל וואס איז געשאפן געווארן בתורה ועבודה מיט די הסתלקות הצדיקים און געבעטן די בחורים און יונגעלייט זיך מחזק זיין בלימוד התורה און זיך קובע זיין א שיעור בספרי מוסר ובפרט א שיעור אין חובת הלבבות זאגענדיג אז ער לערנט אויך יעדן טאג חובת הלבבות. 


וכאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה למועדים ולרגלים אחרים הבאים לקראתינו לשלום.



bottom of page