31'סטע "דרשו קאנווענשאן" פארגעקומען אינעם עיר העתיקה ווילנא בראשות מרנן ורבנן גדולי ישראל
מיטוואך פ' נח • ג' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
ווי ברייט באריכטעט איז אפגעהאלטן געווארן פארגאנגענע וואך די היסטארישע "דרשו נסיעה" דורך א משלחת גדולי ישראל פון ארה"ק און פון חוץ לארץ, פוקד צו זיין די ציונים הקדושים פון גדולי תורה וחכמיה גאוני ליטא אין מזרח אייראפע, באגלייט מיט נאך היסטארישע מאורעות ומעמדי בקשת תפלה לטובת אלפי הלומדים במסגרת דרשו, ווען צום שלוס פונעם היסטארישן נסיעה איז אפגעהאלטן געווארן די 31'סטע "דרשו קאנווענשאן" קאמבאנירט מיטן סיום מסכת יומא במסגרת "עמוד היומי" שע"י דרשו.
די היסטארישע קאנווענשאן איז אפגעהאלטן געווארן אינעם עיר העתיקה ווילנא, נאכן פוקד זיין די ציונים הקדושים אשר בארץ המה אין ווילנא, צווישן זיי דער רבן של ישראל בעל הגר"א זי"ע, מרן הגאון רבי חיים עוזר גרודזנסקי זצ"ל, און הגאון רבי יוסף ראבינאוויטץ ז"ל מפאנאוויטש, ווי עס איז אפגעהאלטן געווארן מעמדי תפלות ובקשות רחמים במקום מנוחתם לישועת הכלל והפרט.
דערנאך איז אפגעהאלטן געווארן די גייסטרייכע קאנווענשאן אין א ספעציעלע דעזעגנירטע זאל אין שטאט ווילנא, בראשות מרנן ורבנן גדולי ראשי הישיבות שליט"א, מיט די באטייליגונג פון חברי הנהלת דרשו פון ארץ ישראל און חוץ לארץ.
צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגאון רבי ניסן קאפלאן שליט"א ראש ישיבת דעת אהרן וועלכע האט ארויסגעברענגט דאס אומבאשרייבליכע מהפיכה וואס דרשו האט געמאכט אין די לעבן פון אזויפיל אידן איבער די וועלט, און האט דערביי פארגעשטעלט אן עדות נאמנה, ווי ער האט ארויפגערופן א יונג בחור'ל פון פראנקרייך וואס איז געווען אנוועזנד ביים קאנווענשאן, וואס האט נארוואס זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ מסכת יומא על בוריו אין די ראמען פון "דרשו".
מיטן משא המעמד האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי אליעזר יהודה פינקל שליט"א ראש ישיבת מיר, וועלכע האט מיט טרעפליכע רייד ארויסגעברענגט די אומבאגרייפליכע שאיפות פון לימוד התורה בימינו אלה, עפעס וואס איז נישט געווען אמאל, און דאס איז אסאך צו פארדאנקען די "דרשו" רעוואלוציע וועלכע האט אוועקעגעשטעלט דעם שטוינענדן מהפכה בעולם התורה.
מיטן סיום מסכת יומא במסגרת חבורת דרשו איז נתכבד געווארן דער נשיא ומייסד פון "דרשו" הרה"ג ר' דוד הופשטעטער שליט"א, וועלכע האט איידערן סיום ארויסגעברענגט מיט א שילוב סוף מסכת לתחילתה, אז פונקט ווי די כהן גדול וועלכע איז געווען אינעם הייליגסטן טאג פון יאר אינעם הייליגסטן מקום אויף דער וועלט בקדשי הקדשים, דאך האט מען געדארפט טוהן אלע פעולות זה לעומת זה אז די שטן זאל נישט האבן קיין שליטה אויף אים, און האט דאס הערליך צוגעשטעלט צום היינטיגן מאורע, אז ווען די שטן זעט אזויפיל טויזנטער אידן זענען זיך מתעלה בלימוד התורה, באקומט ער א כח מקטרג צו זיין אויף אידן און דאס פרובירן צו צושטערן ח"ו, און דעריבער איז אונזער חוב זיך צו שטארקן אקעגן אים און מנצח זיין דעם שטן און ווייטער אנהאלטן אונזער קביעות עתים לתורה ביתר שאת וביתר עוז.
דאן האט מען צוגעטרעטן צום סיום מסכתא, ווען דערויף איז אפגעראכטן געווארן פייערליכע ריקודין עילאין בשמחת התורה, בעת ווען מרנן ורבנן גדולי תורה שליט"א טאנצן מיט ריקודי עוז אין צענטער פון זאל.
צום שלוס פונעם מעמד האט אויפגעטרעטן הגאון רבי יהודה טולידנו שליט"א ראש מוסדות "חזון ברוך" אין צרפת, וועלכע האט מחזק געווען די משתתפים, און אנגעוואונטשן אז די שטוינענדע תורה רעוואלוציע אינערהאלב "דרשו" וועלכע שאפט אן אומבאגרייפליכע קידוש שם שמים אויף דער וועלט, זאל ווייטער וואקסן און בליען לשם ולתפארת.
נאכן גרויסארטיגן קאנווענשאן, איז די משלחת כבוד פון גדולי הרבנים וראשי הישיבות שליט"א ארויף צום ציון פונעם גרויסן גאון רבי ברוך בער זי"ע וואס מנוחתו כבוד איז אין ווילנא, ווי עס איז איז אפגעהאלטן געווארן התעוררות'דיגע מאמענטן פון פרקי תפילה ובקשת רחמים, וואס מיט דעם האט זיך ענדגילטיג געשלאסן די היסטארישע נסיעה, ווי די גדולי הרבנים וראשי הישיבות שליט"א האבן זיך געהויבן בדרכם צלחה איש על מחנהו ואיש על דגלו למקומות מושבותיהם.


































תגובות