top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד הנשגב "כתר ישועה" צייכענט אפ 20 יאהר פון בארימטע וועכענטליכע 'מלווה מלכה' בחצר הקודש זידיטשויב ווערצקי

  • Bechatzros admin
  • 25 בפבר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 25 בפבר׳

דינסטאג פ' תרומה • כ"ז שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


פארלאפענעם מוצאי שבת איז אפגעראכטן געווארן א גייסטרייכע מעמד 'כתר ישועה', ווי עס איז אפגעצייכענט געווארן גאנצע צוואנציג יאר, זינט כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב ווערעצקי שליט"א האט אנגעהויבן פראווענען די ברייט בארימטע 'סעודות מלווה מלכה', וועלכע איז היינט באקאנט איבער די גאנצע וועלט, אלס א זמן מיוחדת במינה, צו פויעל'ן ישועות ורפואות, בפרט ביים טיילן קנאבל כנהוג ביי חסידים וואו עס איז מקובל פונעם בעל שם הקודש זי"ע.


די מעמד איז פארגעקומען אין די זאלן פון היכלי מלכות אין בני ברק, ווי עס האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה דער בארימטער בעל מנגן ר' יענקי דאסקאל אינאיינעם מיט ר' אלי' ווייס, אין באגלייטונג פון די 'מלכות' קאפעליע און די 'חסידימ'לעך' קינדער כאר. די מעמד איז געעפענט געווארן מיט דברי פתיחה דורכן יושב ראש ההרה"ח ר' אהרן שלמה וועטענשטיין הי"ו, און דערנאך האט אויפגעטראטן איינע פון די בני החבורה וועלכע האט די זכיה זיך משתתף צו זיין ביי די מלוה מלכה'ס יעדע וואך, און די משא המרכזי איז געהערט געווארן פון הרה"ג ר' יחזקאל שטראססער שליט"א דומ"ץ קהל תורת חמד נייטרא בארא פארק וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן אויפצוטרעטן אלס גאסט רעדנער ביי דעם מעמד הוד.


א שטילקייט האט ארומגענומען דעם זאל ווען מען האט זוכה געווען מקבל צו זיין פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב ווערצקי שליט"א וועלכע האט זיך געוואשן צום סעודת מלוה מלכה. נאכן טועם זיין, האט דער רבי ארומגערעדט בדברות קדשו איבער די חשיבות און די סגולות פון סעודת מלוה מלכה כידוע מפי ספרים וסופרים און באזונדער ארויסגעברענגט דאס וואס איז מקובל פון הייליגן רבי רבי אלימלך מליזענסק זי"ע אז ביי סעודת מלוה מלכה קען מען מען מתקן זיין אלע תיקונים וואס מ'איז מתקן אין די ימי השובבי"ם. דער רבי האט דערביי אויסגעשריגן: די גאנצע וועלט ענדיגט יעצט שובבי"ם, אבער מיר האבן שובבי"ם יעדע וואך. דאן האט דער רבי דערמאנט דאס וואס איז מקובל פון בעל שם טוב הק' אז דער וואס איז מקיים סעודת מלוה מלכה ברבים, מובטח לו אלעם גוטן ברוחניות ובגשמיות. דערביי האט דער רבי אויפגעוויקעלט פאר'ן ציבור א פערזענליכע מעשה וואס בדידי הוי עובדא, ווען דער רבי האט געהאט פראבלעמען מיט די ראיה און די דאקטוירים האבן זיך ל"ע מייאש געווען, אבער בדרך נס, האבן די זיי למעשה באוויזן צו ראטעווען דעם רבינס אויגן, אלעס בזכות מלווה מלכה.


צום קלימאקס האט דער רבי אפגעראכטן די מעמד 'בקשת רחמים', בשעת דער רבי האט - ווי יעדע וואך - אנגעצינדן די נרות לכבוד סעודת מלוה מלכה כמקובל פון בעל שם טוב הק', באגלייט מיט ניגוני התעוררות, בעת דער רבי איז שופך שיח פאר שפע רב וישועות בבני חיי ומזוני לנו ולכל ישראל.


צום שלוס האט מען געהערט ווארימע גראמען פונעם בארימטן בדחן ר' בנציון ברעכער הי"ו, וואס האט מיט זיינע געבענטשטע כשרונות ארויסגעברענגט די זכיה פונעם ציבור מיטצולעבן וועכענטליך די מלוה מלכה'ס ביים רבי'ן שליט"א. נאכן בענטשן איז דער ציבור אריבער ביים רבי'ן מקבל זיין כוס של ברכה.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page