האד' מצאנז איז מנחם אבל משפ' שפיגעל נאך טראגישע פטירה פון צוויי ברודער אפגעפונען נישט-לעבעדיג אין נתניה טייך | ווידיאו
- 20 באפר׳
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' אחרי קדושים • ג' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

היינט פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען קיין עיר הקודש ירושלים לבית האבלים ביי משפ' שפיגעל, וועלכע האבן געזאלט אויפשטיין פון די שבעה מארגן דינסטאג אינדערפרי נאך די טראגישע פטירה פון הב' ישכר דוב שפיגל ע"ה וואס איז דערטראנקען געווארן רח"ל ביים וואסער ברעג אין נתני', און אצינד וועלן זיי ליידער דארפן זיצן נאך זיבן טעג אויפן צווייטע ברודער הבחור אברהם ישעיהו ע"ה וואס איז נעכטן אפגעפונען געווארן זייענדיג נישט בין החיים, נאך גאנצע 10 טעג פון העפטיגע זוכערייען נאך זיין קערפער.
דער רבי שליט"א האט זיך באקענט מיטן טאטן הגאון רבי שלמה שפיגעל שליט"א ראש חבורה פון די ׳שפיגעל׳ קיבוץ אין די בית ישראל געגנט ווען ער איז אריינעקומען צום רבי'ן פארלאפענעם וואך בעת די זוכענישן אין נתני' וואו רבי שלמה ומשפחתו האבן גענאסן הויפענעס חיזוק פונעם רבי'ן אין די שווערע צייט. היינט איז דער רבי אראפגעפארן קיין ירושלים פערזענליך מנחם אבל צו זיין די משפחה נאך דעם שבר על שבר, ביים אריינקומען צום בית האבלים האט דער רבי באגריסט דער משגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א, נאך לענגערע מינוטן וואס דער רבי איז געזעצן אין שטיל שווייגעניש נישט קענענדיג קומען צום ווארט, האט דער רבי געלאזט הערן טרעפליכע דברי חיזוק ונחמה און געטרייסט די צובראכענע טאטע ר' שלמה ומשפחתו.





תגובות