אומפארגעסליכע שבת פאראיבער אויף עדת חסידי באיאן פון אמעריקא ביי שבם מרומם בצל האד' מבאיאן אין נוף הגליל
- Bechatzros admin
- 23 בפבר׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 4 במרץ
זונטאג פ' תרומה • כ"ה שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין
די הערצער פון הונדערטער חסידי באיאן בארצות הגולה זענען אנגעזעטיגט פון דעם שבת מלא אורה, דער היסטארישער שבת "והביאנו" וואס זיי האבן זוכה געווען מיטצולעבן מיט מלכם בראשם, כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, אין די 'גאלדען קראון' האטעל אין נוף הגליל, וואו עס איז ווירקליך נתקיים געווארן דעם 'הביאני המלך חדריו' ווען די רבי שליט"א האט פערזענליך געלאדענט עדת צאן מרעיתו פון אמעריקע לחסות בצל כנפיו און פראווען מיט זיי דעם שבת אריינבלאזנדיג א קוואל פון חיזוק און התרוממות בנועם קדושת השבת.
די קרוב צו דריי הונדערט משתתפי השבת חסידי באיאן פון ניו יורק, זענען שוין אנגעקומען קיין ארץ ישראל חמשה עשר בשבט, און האבן מיטגעהאלטן דעם שולחן הטהור לכבוד היום ביי וועלכן כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א האט ווארים-הארציג מקבל פנים געווען די חשובע געסט פון חוץ לארץ. נאכן טיש זענען די געסט אריבער שלום נעמען ביים רבי'ן שליט"א א לענגערע צייט און דער רבי האט יעדן אויפגענומען במאור פנים און א קענטיגע קורת רוח.
צומארגנס דאנערשטאג צופרי נאכן דאווענען אין גרויסן קלויז אין ירושלים, האבן זיך די געסט ארויסגעלאזט צום הר הזתים ווי מ'האט אינאיינעם מיטן רבינס זוהן הרה"צ ר' מרדכי שלמה שליט"א אבד"ק באיאן ארה"ב פוקד געווען דעם ציון הקדוש פון הרה"ק רבי מרדכי שלמה מבאיאן זי"ע. דערנאך האט מען געדאווענט מנחה ביים כותל המערבי בהתעוררות רב.
ליל שישי איז פארגעקומען די צענטראלער דינער לטובת די מוסדות הקדושים אינאיינעם מיט א מעמד הכנה לשבת קודש וואו מען האט געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א.
פרייטאג נאכן דאווענען איז אפגעהאלטן געווארן א רייכע פת שחרית וואו א געקליבענע צאל פון דרייסיג נדיבים בעם וואס האבן זיך אונטערגענומען די אנסטראנאמישע סומע פון אכצן טויזנט דאללער און ארויף לטובת די מוסדות, האבן געהאט די זכיה ליסב על שולחן מלכים אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א.
אין די טעג ארום שבת האט מען מתפלל געוועהן ביי די מקומות הקדושים אין גליל אינאיינעם מיטן רבינס קינדער הרבנים שליט"א. מוצאי שבת איז פארגעקומען די מעמד 'שימני כחותם' ווי דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש לכל העם הנאספיםאון איבערגעגעבן הדרכות ישרות פאר עדת צאן מרעיתו.
























תגובות