top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לחדש אורה: היסטארישע מסע דרשו קיין ראדין; איבערבוי פון היסטארישן ישיבת חפץ חיים - היכל בית המדרש 'דרשו'

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

מיט געהויבענע נאסטאלגישע געפילן איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געווארן די היסטארישע "מסע דרשו" דורך א משלחת מרנן ורבנן גדולי ראשי הישיבות שליט"א בארץ ובגולה, וועלכע האבן זיך ארויסגעלאזט מיט א דריי פאכיגן ציל, בראש ובראשונה מרומם צו זיין דעם לימוד הלכה בספרי המשנה ברורה במסגרת דרשו, דער פייערונג פונעם מעמד חנוכת הבית צום איבערבוי פונעם היסטארישן ישיבת חפץ חיים אין שטאט ראדין, וועלכע האט געדינט אלס ישיבתו של רבי פונעם הייליגן חפץ חיים זי"ע פארן קריג, וואס איז נארוואס איבערגעבויעט געווארן כימים מקדם, און נאך עטליכע מאורעות ומעמדי בקשת תפילה לטובת אלפי הלומדים במסגרת דרשו.


בראש המשלחת האבן באשיינט מרנן ורבנן גדולי ראשי הישיבות והפוסקים שליט"א, הגאון רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון, הגאון רבי אברהם סאלים שליט"א חבר מועצת חכמי התורה, הגאון רבי מסעוד בן שמעון שליט"א דער ספרדישע רב פון בני ברק, הגאון רבי יחיאל מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא בארא פארק, הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל שליט"א ראש ישיבת מיר, הגאון הצדיק רבי שמעון גלאי שליט"א, הגאון רבי שריאל רוזנברג שליט"א, רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א גאב"ד מערב בני ברק, הגאון רבי אפרים וואקסמאן שליט"א ראש ישיבת מאור יצחק, הגאון רבי שמואל אליעזר בדיל שליט"א ראש ישיבת פרגר, הגאון רבי יהושע אבא בוסל שליט"א, ר"מ בביהמ"ד גבוה דלעיקוואוד, הגאון רבי יצחק קולידצקי שליט"א, הגאון רבי ניסן קאפלאן שליט"א, הגאון רבי אורי דויטש שליט"א מרבני לעיקוואוד, הגאון רבי יהודה טולדינו שליט"א און הגאון רבי דוד אוחנה שליט"א מרבני צרפת.


דער נסיעה הרוממה האט זיך אנגעהויבן מיט תפלת שחרית אינעם נאסטאלגישן היכל הישיבה החדש אין שטאט ראדין, וועלכע איז איבערגעפרישט געווארן כימים מקדם אזוי ווי אין די לעכטיגע צייטן בהלו נרו על ראשינו פונעם הייליגן חפץ חיים זי"ע, ווי מען האט דאן קובע געווען דעם נאמען פינעם היכל בית המדרש החדש "היכל דרשו" לזכות ולהצלחת אלפי הלומדים פון לימוד הלכה בספרי המשנה ברורה במסגרת דרשו.


נאך תפלת שחרית איז געהערט געווארן פייערדיגע דרשות דורך הגאון רבי אפרים וואקסמאן שליט"א ראש ישיבת מאור יצחק און דורך הגאון רבי אברהם סאלים שליט"א, אזוי אויך איז איבערגעגעבן געווארן א שיעור כללי דורך הגאון רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון, און א ספעציעלע דרשה מיטן דבר יסוד בית המדרש החדש דורכן נשיא און פיאנער פונעם וועלט בארימטן מסגרת דרשו הגאון רבי דוד האפשטאטער שליט"א


נאך תפילת שחרית איז מען ארויף על קברו פונעם הייליגן חפץ חיים זי"ע להיפקד בדבר ישועה ורחמים, ווי עס איז געהערט געווארן דברי כיבושין והתעוררות דורך הגאון רבי יחיאל מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא ב"פ, און דורך הגאון רבי אורי דויטש שליט"א מרבני עיר לעיקוואוד. פרקי תהלים לבקשת רחמים על בני ישראל איז פארגעזאגט געווארן בהתעוררות רב דורך הגאון המקובל רבי שמעון גלאי שליט"א און דורך הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א גאב"ד מערב בני ברק.


דערויף איז אראפגעלייגט געווארן על ציון הקדוש די היסטארישע "ספר הגיבורים" די נעמען פון העכער טויזנט לומדים וועלכע האבן זיך מקבל געווען צו לערנען דעם "דף ועמוד יומי" אין משנה ברורה, ווי עס איז דאן געזאגט געווארן א ספעציעלע תפלה לזכות אלפי הלומדים דורך הגאון רבי מסעוד בן שמעון שליט"א.


נאכן מעמד בקשת רחמים אין שטאט ראדין ביים הייליגן חפץ חיים זי"ע, איז מען אנגעקומען צום שטאט וואלאזין, צום ערשט איז מען צוגעפארן צום היסטארישן היכל ישיבת וואלאזין אויף תפלת מנחה, באותו מקום קדוש ווי דער גרויסער גאון רבי חיים מוואלאזין זי"ע האט אנגעפירט זיין ישיבה בעוז וברמה, וועלכע איז אויך לעצטענס איבערגעפרישט געווארן דורך די ארטיגע רעגירונגס אינסטאנצן.


נאך תפלת מנחה איז מען אנגעקומען על יד קברו פון הגאון רבי חיים מוואלאזין זי"ע, ווי עס איז געהערט געווארן דברי כיבושין והתעוררות דורך הגאון רבי שריאל ראזענבערג שליט"א, און דערנאך האט מען מתפלל געווען פאר א לענגערע וויילע למען הכלל והפרט.


דערמיט איז געשלאסן געווארן די ערשטע טאג פון די היסטארישע מסע המרומם, וואס ווערט מיטגעהאלטן מיט גרויס ענטוזיאזם און אינטערעסע דורך די צענדליגער טויזנטער אידן איבער די גארער וועלט וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די דרשו הלכה רעוואלוציע.



תגובות


bottom of page