top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שארפע דברי הדרכה פון האד' מקארלין-סטאלין פאר די חסידים דורכן טעלעפאן



כ"ק אדמו"ר מקארלין-סטאלין האט היינט אויפגעטראטן מיט דברי חיזוק פאר די חסידים אויפן טעלעפאן. צווישן אנדערע האט זיך דער רבי גאר שארף אויסגעדרוקט קעגן געוויסע רבנים וואס טוהן פארנאכלעסיגן אין די געזונטהייט-רעגולאציעס און פרובירן צוריק צו עפענען די חדרים און ישיבות. דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט: "כ'ווייס נישט צו מ'מעג זיך פארלאזן אויף די רבנים ווען ס'קומט אויף אסאךך גרינגערע שאלות, אבער זיכער טאר מען נישט פאלגען די רבנים ווען עס גרעניצט זיך מיט פיקוח נפשות".


פאלגענד איז די פילע דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין-סטאלין שליט"א: "ס'איז ליידער אפילו אין אזעלכע שווערע צייטן זענען דא אזעלכע וואס רעדן זיך איין אז זיי זענען קלוג, און ווילן עפענען ישיבות און חדרים און זענען מזלזל אין דעם ענים פון 'פיקוח נפש'. ס'איז דא אזעלכע וואס זאגן אז זיי האבן געפרעגט רבנים און מנהיגים. איך וועל זאגן דעם אמת אז איך וואונדער זיך אויב ווען ס'וועט קומען צו אנדערע זאכן אפילו אויף פשוטע זאכן, צו מ'וועט זיך מעגן פארלאזן אויף אזעלכע מענטשן. מענטשן וואס קענען מזלזל זיין בפיקוח נפש אויף יענעמ'ס לעבן נאך פון א רבים אזוי לייכטערהייט. מיר וואלטן זיך אויף זיי קיין סאך נישט פארלאזט. בהמשך הדברים האט דער רבי געזאגט: "ס'איז א צייט וואס מ'זאל זיך מחזק זיין אין אהבת חברים. מחזק זיין איינער דעם צווייטן וויפיל מ'קען ארויסהעלפן. ס'איז דא אסאך מענטשן וואס דארפן פיזישע הילף וויבאלד זיי האבן מער לחץ און דארפן מער חיזוק. מ'זאל לערנען צוזאמען און דאווענען געשמאק און יעדער זאל מחזק זיין איינער דעם צווייטן וואס מער. וואס מ'רעדט איז נישט נאר מיט אונזער חבורה אליין, נאר אויך מיט אנדערע יודן. אין פריעדיגן שבת ביי פרקי אבות שטייט אין משנה 'לקבל כל אדם בסבר פנים יפות'. די ווייטערדיגע משנה זאגט מקבל זיין מיט שמחה. אין די טעג בפרט דארף מען וואס מער אין אהבת ישראל און נישט טשעפענען און פוגע זיין א צווייטן. מ'זעהט ביי משה רבינו אז איינע רהאט געוואלט שלאגן דעם צווייטן, וואס איהר ווייסט דאך וואס רש"י זאגט דארט אז ער איז נישט געווען קיין גרויסע צדיק, דאך האט אים משה רבינו אנגערופן א רשע. מ'דארף שטארק אכטונג געבן נישט צו שטע]ענען און פוגע זיין א יוד, נאר מיט אהבה ואחוה ושלום ורעות. אז יודן זענען באחדות און מ'האט זיך איינער דעם צווייטן ליב קען מען אריבערקומען אסאך אסאך שוועריקייטן און צרות".

תגובות


bottom of page