top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבעלזא היינט מוצאי שבת נאך הבדלה

מוצש"ק פ' תרומה ה'תשפ"ג


קול בחצרות - דער וואך שבת איז כ''ק האד' מבעלזא שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד אין מיטגעהאלטן טייל פון די תפילות שבת זייענדיג נאך היבש אפגעשוואכט, נאכן דאווענען פרייטיג צונאכטס איז מען דורך זאגן גוט שבת אין נאכן דורכגיין האט מען געזינגען די זמירות פון פאר קידוש שלום עליכם אין אשת חיל, די סעודת שבת האט די רב געגעסן בביתו נאווה קודש פריוואט מיט די בני המשפחה, שבת אינדערפרי איז דער רב ווידער אריינגעקומען אין ביהמ''ד צום דאווענען, מנחה האט דער רב געדאווענט מיט א מנין מצומצם בבית נאווה קודש אין דערנאך אריינגעקומען צו שלש סעודות אין גרויסן שטוב, דער רב האט נישט געזאגט קיין תורה אין מכבד געוועהן נכדו הרה''ג רבי שלום רוקח צו מאכן הבדלה

Comments


bottom of page