top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דבר בעתו: דרשת א' סליחות דורך הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע בשנת תשכ"ז | ווידיאו

  • לפני 18 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' ואתחנן • ט' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין זומער פון שנת תשכ"ז, נאך וואס ירושלים העתיקה איז באפרייט געווארן פון די אראבער, איז נאכאמאל געווארן מעגליך פאר אידן צוצוגיין צום כותל המערבי און אויסגיסן דאס הארץ ביים שריד בית מקדשנו.


אין יענע טעג האט כ"ק אדמו"ר הרה"ק מצאנז־קלויזענבורג זי"ע כסדר מעורר געווען, און געוויינט אן אויפהער, זאגנדיג אז אין אזא צייט איז דער צער פון אונזער גלות נאך פיל גרעסער געווארן.


דער רבי זי"ע האט דאס מסביר געווען מיט א משל: צו א בן מלך וואס האט זיך פארזינדיגט און איז פארטריבן געווארן פון זיין פאטער'ס הויז. נאך לאנגע יארן פון יסורים און ליידן האט דער פאטער אים דערלויבט צוריקצוקומען בלויז ביז א חרבה נעבן דעם מלכות'דיגן פאלאץ, אבער אין זיין פאטער'ס הויז טאר ער נישט אריינקומען, און זיין פאטער'ס פנים וועט ער נישט זען...


שמעו ותחי נפשכם

bottom of page