top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חמדה גנוזה: עולם החסידות אויף מיט היסטארישע אנטפלעקונג פון "צוואה הקדושה" פונעם בית אהרן מקארלין זי"ע

מיטוואך פ' בהעלותך • י"ג סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

די חסיד'ישע וועלט בכלל און חסידי קארלין בפרט נעמען אויף מיט גרויס התרגשות די היסטארישע אנטפלעקונג פון די הייליגע "צוואה" פון הרה"ק בעל בית אהרן האדמו"ר הזקן מקארלין זי"ע, וואס איז נארוואס צום ערשטן מאל נתפרסם געווארן על פני תבל 152 נאך זיין הסתלקות בשנת תרל"ב.


די הייליגע צוואה איז ביז'ן היינטיגן טאג געווען נעלם מעין כל, און נאך פארצווייגטע און געהיימניספולע זוך און פארש ארבעט וואס ציט זיך שוין מערערע יארן איז אצינד געלונגען צו לייגן א האנט דערויף און עס ברענגען צום גרויסן ממשיך שולשת הקודש, כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, און איז געווארן יעצט ערשטמאליג נתפרסם אין די בארימטע קובץ "בית אהרן וישראל" שע"י חסידי קארלין סטאלין לקראת די הילולא קדישא פונעם בית אהרן זי"ע וואס געפאלט קומענדיגן י"ז סיון, זונטאג שלח. די צוואה האט דער אלטער רבי דער בית אהרן זי"ע געשריבן אינעם שטאט מאלינאוו, אוקריינע, מוצש"ק בהעלותך שנת תרל"ב, אור ליום י"ז סיון, בלויז געציילטע שעות איידער'ן ארויפגיין לסערה השמימה.


ווי באקאנט האט דער בית אהרן אנגעהויבן פון שנת תר"ל זיך אנגעהויבן נאכפרעגן איבער'ן שטאט "דובנא" וואס געפינט זיך אין שכינות צום קליינעם דערפל "מאלינאוו", און א תקופה שפעטער זיך אנגעהויבן נאכפרעגן איבער מאלינאוו זעלבסט, און אויסגעדרוקט רצון קדשו אהינצופארן אויף א נסיעה. בנו הרה"ק רבי אשר מסטאלין זי"ע, האט דאן געבעטן די חסידים אפצוהאלטן דעם פאטער פון פארן, זאגנדיג "מיר קענען ניט אפהאלטן, אבער די חסידים קענען יא", אבער עס איז זיי נישט געלונגען, און דער בית אהרן איז יא אנגעקומען קיין מאלינאוו, וואו ער איז דארט נסתלק געווארן לגנזי מרומים און געקומען לקבורה.


די צוואה האט פארגעשריבן דער חסיד ר' מרדכי אליעזר רעזניק, און אונטער דעם איז דא א שורה וואס הייבט זיך אן מיט די ווערטער "ולאלומי מילתא" וואס איז פולקאם בכתב יד קדשו פונעם בית אהרן, און דערנאך ערשיינען די אונטערשריפטן פון חסידים אלס עדים. אויסער די הוראות וואס דער בית אהרן געט איבער פאר בנו יחדיו רבי אשר זי"ע, רעכנט ער אויך אויס פארשידענע פרטים איבער די ירושה פון די הייזער און חפצים.


די צוואה טראגט א ספעציעלע היסטארישע באדייט ביי חסידי קארלין סטאלין, לקראת די הילולא קדישא קומענדיגן זונטאג, ווען דער קארלין סטאלינער רבי שליט"א וועט ווי שוין ברייט באריכטעט דא אויף 'קול בחצרות' אפרעכטן א גרויסארטיגע נסיעה קיין מאלינאוו לכבוד די יארצייט, און אצינד לאור די ערשינענע צוואה, וועט דער רבי לייגן אן אבן הפנה פאר א נייעם ביהמ"ד גדול ומפואר, ווי דער בית אהרן זי"ע בעט אין די צוואה. דער בית אהרן שרייבט צווישן די סעיפים אין די צוואה, בעטנדיג בנו הרה"ק רבי אשר, "בקשתי ואזהרתי במקום אשר יהי' פרידתי מן העולם תתנדב להתאמץ לקנות בית אם תוכל להשיג ותנדב הבית לעשותו בית התפילה".


נאכ'ן הסתלקות איז ווירקליך אויפגעבויט געווארן א ביהמ"ד לשמו ולזכרו, אבער עס איז ליידער חרוב געווארן אין די שפעטערע יארן. אצינד ווען מ'האט זוכה געווען צום התגלות הצוואה, וואו דער רבי בעט זיך אז מ'זאל בויען א ביהמ"ד אין שטאט פון זיין הסתלקות, האט דער קארלין סטאלינער רבי שליט"א זיך אריינגעווארפן תיכף ומיד למלאות רצון זקינו הקדוש, און ברוב עם הדרת מלך מעריך זיין א חגיגת אבן הפנה אין שטאט מאלינאוו, אינעם עצם יום ההילולא קומענדיגן זונטאג שלח.


דרוקט דא צו זעהן מער פונעם קובץ 'בית אהרן וישראל':

כתבי קודש
.pdf
הורידו את PDF • 2.62MB


Comentários


bottom of page