top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערב ל"ג בעומר: טויזנטער געפונען זיך שוין אין אתרא קדישא מירון; לעצטע הכנות אויפצונעמען רבבות "עולי מירון"

  • 4 במאי
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' בהר בחוקתי • י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

קרעדיט: ארי קופרשטוק

צענדליגער טויזנטער האבן געוויילט שבת ערב הילולא קדישא אין אתרא קדישא מירון, און א מערהייט פלאנירן דארטן צו פארבלייבן אויף ל"ג בעומר בהילולא דרבי שמעון בר יוחאי, אינמיטן וואס עס הערשט א צעמישעניש און אומקלארקייט איבער וואס די פלענער זענען.


ווי באריכטעט פאריגן פרייטאג, האט געהייסן אז מירון וועט זיין אינגאנצן אפגעשפארט, אבער פרייטאג מיטאג האט דער מדינת ישראל פרעמיער נתניהו אונטערגעשריבן אן ארדער צו ערלויבן עטליכע הונדערט מענטשן, געוואנדן אינעווייניג און אויפן גאס, צוליב דער כיזבאללא געפאר.


אין רעאליטעט ווערט באריכטעט אז די פאליציי האבן ווייטער אריינגעלאזט פוסגייער אין מירון אגאנץ פרייטאג און אויך מוצאי שבת, טראץ וואס פאר אויטאס איז דער וועג אפגעשפארט, און אויך אויף די וועגן ארום הר מירון זענען געשטעלט געווארן בלאקאדעס פאר מאטאריסטן.


דערווייל הערשט א גרויס צעמישעניש וויאזוי עס וועט זיין אום ל"ג בעומר זעלבסט, סיי מיט דער צאל מענטשן וואס וועלן ארויפגעלאזט ווערן און סיי צי עס וועלן ערלויבט ווערן אפיציעלע הדלקות, בשעת די גרעסערע רבי'שע הויפן האבן שוין געמאכט פלענער ערגעץ אנדערש.


מען איז מתפלל אז דער געהויבענער טאג ל"ג בעומר זאל אריבערגיין אן קיין מכשולות און שוועריגקייטן, סיי דארט אין אתרא קדישא מירון און סיי איבער דער גארער וועלט, און בזכות רבי שמעון זאל מען פועל'ן אלעס גוטס, וכדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.



תגובות


bottom of page