top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב ביים חתונה פון החתן זוהן בנש''ק זוהן פון המנוח ר' מרדכי זאב האלברשטאם ז''ל | ווידיאו

מונטאג פ' חקת בלק - ז' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט זיך נעכטן משתתף געווען ביי די חתונה פון א יתום פון די קהילה, די חתן עלטסטע זוהן פון בנש"ק הרב ר' מרדכי זאב הלברשטאם ע"ה וועלכע איז ליידער פריצייטיג אוועק געריסן געוואר געווארן ביי די קאראנא מגיפה מיט 3 יאר צוריק, די רב האט מסדר קידושין געווען ביים חופה און שפעטער ביינאכט זיך צוריקגעקערט צו די ריקודין די רב איז געטאנצן מיט די חתן און מחותנים, קיין טריקן אויג איז נישט געבליבען ווען די רב האט פאר עטליכע מינוט געטאנצען מיט די ברידער'ס פון חתן די קליינע יתומים'ליך, דערנאך האט די רב געטאנצען מיט הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין און העסקן ר' אבהם יונתן מאסבערג וועלכע געבן זיך אוועק בגוף ובממון פאר די משפחה, ביים חתונה האבן זיך אנגעזעהן האחים האדמורי"ם קינדער פון כ''ק האדמו"ר מצאנז גריבוב זצ"ל, בני האדמו"ר מבאבוב, הגה"צ אבד"ק קרית באבוב, הגה"צ ראש ישיבת באבוב, אין באזונדער האט זיך אנגעזעהן דאס השתפפות פון הגה"צ דומ"צ באבוב וואס האט זיך באטייליגט ביים חתונה פאר א לענגערע צייט און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה.

Comments


bottom of page