top of page
פרייליכע בר מצוה פון נכד האד' מבאיאן זון פון הרה"צ ר' מרדכי שלמה ברייאר אבד"ק באיאן ארה"ב געפראוועט אין בארא פארק
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דעם מוצאי שבת איז פארגעקומען אין בארא פארק די בר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, א זון פון זיין זון הגה"צ ר' מרדכי שלמה ברייאר שליט"א רב חסידי באיאן אין אמעריקע, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די באיאנער קלויז אין בארא פארק. לכבוד די שמחה איז געקומען צו פארן פון ארץ ישראל הרה"צ ר' יוסף ברייאר שליט"א בנו הגדול פון כ''ק האדמו''ר מבאיאן שליט''א אלס שליח מי


מעמד נרגש אין שפיץ פון האד' מסאטמאר ביים ‘הר הצופים’ קעגנאיבער מקום בית מקדשינו
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פאריגן מיטוואך אין א פריע שעה, נאך די מקווה, איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א ארויסגעפארן צוזאמען מיט הונדערטער חסידים צום ‘הר הצופים’, פון וואו מען קען איבערקוקן דעם מקום המקדש, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד נרגש והתעוררות. ביים זעהן דעם מקום המקדש האט די רבי קריעה געריסן און דערביי פארגאסן טייכן טרערן מיט יאמערליכע בכיות אויפן גלות השכינה, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני גאולה מיט טיפע געגועים צום בנין בית המקדש. פון דארט אי


ריזן כינוס "כולנו שותפים" נעמט צונויף חבריא קדישא נחלת יעקב אין ניו יארק אין גיגאנטישן וועסטשעסטער קאונטי סענטער
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN הונדערטער תלמידים ומעריצים וואס זענען אנגעשלאסן אין די חבורה הקדושה נחלת יעקב אין אמעריקא האבן געהאט די זכי' עילאה מיטצוהאלטן דער כינוס אדיר און מעמד 'כולנו שותפים' וואו מען האט דערביי מקבל געווען פני כבודו פון המשפיע המפורסם, מלהיב לבבות בני ישראל הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, ראש חבורת ״נחלת יעקב״ אין ירושלים עיה"ק וועלכע איז געקומען צו פארן ממעון קדשו בהר ה' צו באשיינען די מעמד לטובת מוסדותיו הקדושי


הונדערטער אידן באגלייטן הגה"צ אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים זצ"ל למנוחת עולמים ביי לויות אין ירושלים, חיפה און צפת
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט:יוסי לוי דעם זונטאג איבערן טאג האבן הונדערטער אידן באגלייט למנוחת עולמים רב האי גאון וצדיק כ"ק הגה"צ רבי ישראל אליעזר האגער זצ"ל אב"ד סערט וויזניץ ירושלים וועלכער איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה דעם זונטאג מיטאג אין עלטער פון דריי און זיבעציג יאר. א גרויסן ציבור מתפללים, מעריצים, חסידי סערט וויזניץ, קרובי המשפחה, און תושבי השכונה, אין שפיץ פון אדמורי"ם ורבנים האבן זיך אייגעזאמאלט ביים ביהמ"ד סערט וויזניץ אויף די גר


לאו בכל יומא מיתרחיש: האד' מסאטמאר איז מקיים מצוה נדירה פון הפרשת תרומות ומעשרות אין שטעטל אור הגנוז
מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש א זעלטענע און התרגשות'דיגער מעמד איז געווען נעכטן זונטאג, ביים געהויבענעם מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין ארצינו הקדושה. נעכטן זונטאג אין די פארמיטאג שעות ווען די רבי שליט"א איז געווען אין אתרא קדישא מירון נאך די געהויבענע היסטארישע "שבת תולדות" במעמד אלפי חסידיו פון איבעראל, איז דער רבי שליט"א געלאדענט געווארן צו א מעמד "תרומות ומעשרות" ביי די בארימטע גרויסע וויין פירמע "אור הגנוז" וואס געפינט זיך טאקע אינעם דערפל "או


זעלטן געהויבענע שבת לנגידים געפראוועט על יד הכותל המערבי בצילא קדישא פון האד' ממאחנובקא בעלזא
מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש א זעלטן געהויבענע שבת איז אריבער אויף די קרוב צו הונדערט חסידים און תומכים בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא, וואס האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן א שבת בצילא דמהימנותא עילאה אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א, על יד הכותל המערבי שריד בית מקדשינו, מקום אשר לא זזה שכינה מעולם, וואס די רבי שליט"א האט געפראוועט ספעציעל מיט די גרעסערע נדיבים בעם תומכים פון די מאחנובקא בעלזא מוסדות אין בית שמש. די תפילות, סעודות און עריכות השולחנות דורכאויס שבת זענען פאר


שמחת התנאים לרגל קישור החיתון בחצרות סקאליע - פשעווארסק וומסב"ג - בריגל
מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש שמחת התנאים לכבוד די שמחת קישור החיתון פון הכלה תחי' בת קדושים, עלטסטע קינד פון הגה"צ אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' יהושע העשיל טייטלבוים שליט"א מבריגל איידעם ביי הגה"צ ר' מאיר יצחק שמילאוויטש שליט"א אב"ד רחובות הנהר, די שמחה איז פארגעקומען אין די בית אסתר זאל אין בארא פארק, בהשתתפות א גרויסן ציבור חסידים ואוהדים אין שפיץ פון פילע אדמור"ים ורבנים פון שטאט או


הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א וועט פראווען הילולא פון "בת עין" אין די טעג בעפאר די יארצייט צו פארמיידן ביטול תורה
מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג איז באשטעטיגט געווארן די פלענער און דעטאלן פון די גרויסע הילולא קדישא פונעם הייליגן בת עין זי"ע, בראשות המשפיע המפורסם הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב. די הילולא קדישא פונעם הייליגן בת עין אינעם גרויסן טאג פון י"ב כסלו, ווערט יאר יערליך געפראוועט מיט א זעלטענע התרוממות ודביקות של שמחה דקדושה, אין שפיץ פון הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א, אנגעהויבן מיטן סעודת הילולא רבתי וואו עס קומען זיך צוזאם שווערע טויז


שמחה'דיגע מעת לעת ביים ברית מילה פון נכד האד' מראחמיסטריווקא אריינגעצויגן אין שב"ק
מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר, שלומי טריכטער,JDN מיט שמחה'דיגע געפילן און התרוממות הנפש האבן הונדערטער ראחמיסטריווקא חסידים מיטגעהאלטן די גרויסער שמחה במעון קדשו פון מורם ורבם כ''ק האדמו''ר מראחמיסטריווקא שליט''א ביים שמחת הברית מילה פון א אייניקל, בן הנולד ביי זיין עלטסטן איידעם הרה"צ רבי שמואל אבא טווערסקי שליט"א, וואס איז געפראוועט געווארן דעם ערב שבת אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין ירושלים, ברוב עם הדרת מלך, די שמחה איז געווען אי


פילע לומדים ותלמידי חכמים מיטגעהאלטן באזוך און שיעור פלפול פון האד' מסאטמאר בתוככי "כולל שומרי החומות"
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך דעם דינסטאג תולדות נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד צעהלים בבנין ביהמ"ד כתב סופר אין די אונגארישע הייזער אין ירושלים, וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געווען מאמרותיו בדברי פלפול בסוגיות הש"ס, מתובל מיט דברי חיזוק והדרכה פאר די לומדים פון אומעטום. צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א זענען מיטגעקומען א גרויסער צאל אורחים חשובים, תומכים ומחזיקים פון די הייליגע צדקה, ובפרט די חשוב'ע עסקנים


הילולא קדישא פון הגה"ק רבי יאנקעלע מפשעווארסק זי"ע אפגעראכטן מיט גרויס התעוררות אין פשעווארסקער הויף
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה קאהן, ישראל ק.,JDN דעם ז"ך חשוון איז אויסגעפאלן די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי יאנקעלע מפשעווארסק זי''ע וועלכער איז געווען מפורסם בגודל קדושתו, ואיש פלא ומופת בבית ישראל. די הילולא קדישא האט זיך שוין געשפירט פאריגן שבת פ' חיי שרה בצל קדשו פון בנו יחידו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א במקום הנופש אין חלדודנא ענגלאנד, מוצאי שבת האט דער רבי אפגעראכטן די מלוה מלכה און דערציילט עובדות און סיפורים לכבוד ד


הילולא דקדישא פון הגה"ק רבי מרדכי מבילגורייא זצ"ל געפראוועט דורך בנו יחידו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש דעם זונטאג כ"ה חשוון איז אפגעצייכנט געווארן די 76'סטע הילולא פון הגה"ק רבי מרדכי מבולגרייא זצ"ל, אין אלע בעלזער צענטערן האט מען מעלה געווען זכרונו הבהיר וצדיק מה פעל, ובפרט בצל קדשו פון בנו יחידו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א בקרתא דשופריא איז די הילולא קדישא פאראיבער מיט א גרויס התעוררות ורגשי עילאה. מוצאי שבת בליל ההילולא האט דער רב שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו מעריב און דערנאך אנגעצינדן די שע


האד' מסאטמאר באזוכט ביי האד' מתולדות אברהם יצחק | בילדער גאלעריע
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


התרגשותדיגע באזוך פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א במעונו פון פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א התרגשותדיגע באזוך איז נעכטן פארגעקומען במעון תורתו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות ווען עס איז אריבערגעקומען אויף א וויזיט דער חשובע גאסט פון אמעריקא הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ ישראל מיטצוהאלטן דער מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און דער שבת מרומם אין אתרא קדישא מירון. דער דיין שליט"א איז אנגעקומען בעת דעם וועכענטליכן שיעור ווא


וישישו בשמחה: חתונה הגדולה פון הכלה בת האד' מתולדות משה היינטיגן דאנערשטאג תולדות אין בני ברק
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד און שפאנענדע ערווארטונג רישן זיך מאסן חסידים ומעריצים צו די חתונה הגדולה בבית כ"ק אדמו"ר מתולדות משה שליט"א, וואס וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר ובקול רנה ותודה המון חוגג דעם קומענדיגן דאנערשטאג שמות. בשעה טובה וועט גיין אונטער די חופה הכלה תחי' א טאכטער פונעם רבי'ן שליט"א, מיט החתן א זוהן פון הרה"ג יעקב יהושע שטערן שליטא זוהן פון הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט''א רב מערב בני ברק און איידעם ביי הגה


מארק וואלקער פרעזידענט טראמפ'ס אנטיסעמיטיזם אמבאסאדאר טרעפט זיך מיט ראש הישיבה הגרמ"ה הירש
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארלאפענעם וואך איז אפגעהאלטן געווארן א פראדוקטיווע זיצונג במעונו פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הילל הירש שליט"א אין בני ברק וואו עס איז אריבערגעקומען מר מארק וואלקער, וועמען פרעזידענט טראמפ האט לעצטנס נארמינירט און געשטעלט אלס דער אמבאסאדאר פאר רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן און אלס קעמפער קעגן אנטיסעמיטיזם, וואס ווערט לצערנו לעצטנס מער און מער פארשפרייט. דער אמבאסאדאר איז געקומען צו פארן פון זיין היימארט נארט קאראליינע א


ובאו לציון ברנה: אלפי תושבי ירושלים מקבל פנים געווען האד' מסאטמאר ביי מעמד קבלת פנים רבתי בחוצות העיר
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מאנטאג אוונט איז פארגעקומען די גרויסארטיגער מעמד "קבלת פנים" לכבודו הרם פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אינעם גרויסן שאטער אויף רחוב דורש טוב אין ירושלים עיה"ק, דער שאטער איז געווען איבערגעפילט פון ברעג צו ברעג מיט שווערע הונדערטער סאטמארער חסידים און טויזענטער אידן פון איבער גאנץ ירושלים, וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט טענץ און גאזאנג. די מעמד איז געווען בשילוב מיטן סיום כתיבות ספ


בשעה טובה ומוצלחת: נייע יישוב דחסידי וויזניץ בית שמש אין שטאט עמנואל באשטעטיגט
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד גרייט מען זיך בחצר הקודש וויזניץ בית שמש צו א היסטארישע אונטערנעמונג פון הרחבת גבולי הקדושה, מיטן אוועקשטעלן א נייע מקום מושב דחסידי וויזניץ בית שמש אין שטאט עמנואל, אלס א לעזונג פאר'ן שווערן דירות קריזיס און דעם מאנגל אין פאסיגע וואוינערטער אין די גרויסע שטעט פון ארץ ישראל. נאך א תקופה וואס די כסדר'דיגע וואוקס פון פרישע משפחות שטייגט בליעה"ר אויף א שטוינענדע פארנעם, און דערצו זענען די וואקסענדע הויכע דירות פרי


יומא טבא לרבנן: מעמד כבוד התורה און חלוקת פרסים אין ישיבה גדולה תולדות אהרן אין אלעד
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר א הערליכע מעמד כבוד התורה איז נעכטן אפגעראכטן געווארן אין די ישיבת גדולה תולדות אהרן אין אלעד, וואו די הונדערטער בחורי חמד תלמידי הישיבה האבן געפייערט דעם יומא טבא לרבנן, לרגל סיום מסכתות קידושין און בבא מציעא וואס די בחורים האבן געלערנט און געחזרט דורכאויס די לעצטע צוויי יאר, אינאיינעם מיטן מעמד חלוקת תעודות פאר די בחורים מצטיינים. די מעמד איז פארגעקומען אינעם גרויסן היכל אין די קרית הישיבות אין שטאט א


בכבוד'יגע אויפנאמע ומסיבת קבלת פנים לכבודו פון האד' מסאטמאר במעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מאנטאג נאכמיטאג תיכף ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אנגעקומען אין ירושלים עיה"ק, איז ער צוגעפארן למעונו הקודש פון ידידו וריעו מאז ומקדם מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וועלכער האט אויפגענומען דעם רבי'ן בכבוד הראוי, אין א זעלטענע ערשיינוג האט זיך דער גאון שליט"א אנגעטון דעם הוט לכבודו פונעם חשובן גאסט. דער רבי האט זיך באגריסט מיט'ן גאון מיט א שטארקע התרגשות און דורש געווען בשלומו. ב


bottom of page


