top of page
ביקור נימוסין • האד' מנדבורנה באזוכט ביי שאר בשרו האד' מקרעטשניף י-ם
מוצאי שב"ק פ' ויצא • ט' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


האד' מסאדיגורא ערווארטעט צוגאסט אין ניו יארק; שבתא דריגלא פאר עדת חסידי סאדיגורא אין לעיקוואד
פרייטאג פ' ויצא • ח' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי סאדיגורא אין אמעריקע גרייטן זיך די טעג מקבל צו זיין פני קדשו פון מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וואס וועט בעז"ה אנקומען אויף א געהויבענע באזוך מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו דאהי אין אמעריקא, דעם קומענדיגן וואך פ' וישלח הבעל"ט. ווי באקאנט קומט דער סאדיגורער רבי שליט"א צו פארן יעדעס יאר מחזק צו זיין דעם היימישן עולם, בפרט אין לעיקוואד וואו עס איז פארהאן א שיינעם קיבוץ חסידי סאדיגורא. דעם קומענדיגן דינסטאג וועט די רבי לאנ


גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה פון אור אייניקל ביי האד' מלעלוב ניקלשבורג פארגעקומען אין בני ברק
פרייטאג פ' ויצא • ח' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אין שטאט בני ברק איז דעם אנהייב וואך געפראוועט געווארן די שמחת החתונה פונעם חתן אן אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א, א זון פון נכדו הרב מענדל טאגער שליט"א זון פון חתנא דבי נשיאה הרה"ג רבי נתן טאגער שליט"א, און איידעם ביי הרה"ג ר' ישראל דוד שטערן דומ"ץ וויזניץ מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' שלמה טווערסקי ר"מ בישיבת מאור עיניים ראחמיסטריווקא זון פון הרה"צ רבי משה חיים טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא, די שמחה איז פא


בעידן חדוותא: האד' מוויזניץ אויפגענומען קהל חסידיו מיט קוויטלעך בבית מדרשו אין מאנסי
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN וויזניצער חסידים אין אמעריקא האבן מיטגעלעבט ימי אורה ושמחה בצילו פון רבם ומאורם מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער איז געקומען צופארן קיין ניו יארק צו באשיינען צוויי חתונות פון אייניקלעך, וואו מען האט געהאט די זכיה אז די רבי האט ביי ביידע שמחות באשיינט בראש און למעלה מכוחותיו הטהורות, מיטגעהאלטן די שמחות בנהירו עילאה. די אומבאגרייפליכע עבודה נפלאה פונעם רבי'ן אנגייענדיג מיט די עבודת הקודש מיט אזא גבור


מעמד נהדר יובל החמשים צום אפצייכענונג פון פופציג יאר זינט די התייסדות פון קהל בית חיים יהושע
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י. ,JDN מיט געהויבענע געפילן האבן פילע חסידי ובאי חצר הקודש בית חיים יהושע אין בארא פארק מיטגעהאלטן פאריגן מוצאי שבת תולדות א גרויסארטיגער חגיגה אדירה און מעמד משולשת, צו פייערן די דרייפאכיגע חגיגה וועלכע האט אפגעצייכנט א "יובל החמשים", גאנצע פופציג יאר זינט די התייסדות פון קהל בית חיים יהושע, וואס איז ב"ה אין לויף פון די יארן אויסגעשטיגן אלס א הערליך חסידיש ווינקל ווי פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה קלאמערן ז


הונדערטער חסידי טשערנאביל אנגעשלאסן מיט ברען צו העלפן בויען ביהמ"ד החדש טשערנאביל ביי מעמד "בית חיינו"
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום,JDN על פי קריאת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א האבן זיך עדת חסידי טשערנאביל אין אמעריקא איינגעזאמלט ביים מעמד ועידת בית חיינו, לטובת די קרן הבנין פונעם ביהמ"ד החדש טשערנאביל אין שטאט בארא פארק, שוין עטליכע יאר וואס די קאנסטרוקציע ביים שטח הבני' פונעם נייעם ביהמ"ד פיבערט מיט העפטיגע בוי ארבעט, עס קומען און גייען טאג טעגליך פילע ארבעטער וואס זענען מנצח על מלאכת בית השם, צו באגלייטן די בוי ארבעט


איבערראשונג: האד' מוויזניץ באטייליגט ביי פארטאגס סדר אין ישיבה גדולה ישועות משה וויזניץ
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אן איבערראשונג האט ארומגעכאפט דעם פול-געפאקטן היכל ביהמ"ד דישיבה גדולה ישועות משה וויזניץ אין בני ברק דעם פארלאפענעם דינסטאג נאכמיטאג ה' כסליו אין טאג פונעם יום הבהיר פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, מיטן ערשיינונג פונעם רבי'ן, וועלכער איז גענצליך אומערווארטעט אנגעקומען אין ישיבה זיך צו פערזענליך באטייליגן ביים פארטאגס סדר פארן דאווענען. עס איז געווען קענטיג א הנאה דקדושה אויפן רבינס געזיכט פון דעם מחזה הוד, ווי אזויפיל בחורים מ


אומבאשרייבליכער התעוררות און שמחה ביים פייערליכער מעמד ההדלקה דורך האד' מסאטמאר אין אתרא קדישא מירון
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזענבאך מיט אן אויסטערלישער התלהבות של קדושה ושמחה האבן רבבות אלפי ישראל פארלאפענעם מוצאי שבת מיטגעלעבט די פייערליכער מעמד ההדלקה וואס איז געפראוועט געווארן נאך דעם געהויבענעם שבת אין אתרא קדישא מירון בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכע האט אויפגעפלאמט לבבות בני ישראל וואס האבן זיך משמח געווען בשמחה וגילה, לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי. די שמחה אין מירון איז געווען למעלה מדרך הטבע, כאטש דע


גאב"ד סאטמאר מאנסי באזוכט פראכטפולע נייע חתונה תקנות זאל ׳עטרת גנענדיל׳ אין בנין פון מוסדות סאטמאר מאנסי
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך האט כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א אפגעהאלטן א באזוך אין די נייע פראכטפולע ׳עטרת גנענדיל׳ זאל וואס איז סטאנציאנירט אינעם בנין פון די סאטמארער מיידל שולע בית אסתר אויף סאוט מעדיסאן עוועניו אין מאנסי. די רב שליט"א האט זיך אומגעקוקט ביי די לעצטע שטאפלען פון די בוי ארבעט אינאיינעם מיט'ן נדיב הרה"ח ר' מאיר משה יאקאבאוויטש הי"ו נדבן שם הבנין פונעם מיידל שולע ׳בנין יאקאבאוויטש׳. נאכן זיך אומקוקן אינעם זאל איז אפגעראכטן געווארן


לעכטיגער געהויבענער שבת קודש אין אתרא קדישא מירון בצילא קדישא פון האד' מסאטמאר | ברייטע דעקונג
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזענבאך עס איז שווער צו שילדערן דעם אומבאשרייבליכער התעוררות וואס האט במשך דעם פארלאפענעם שבת און די טעג ארום, געהערשט באתרא קדישא מירון בצל הקודש פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, וואו טויזנטער טויזנטער אידן, עדת חסידי סאטמאר פון איבער דער גארער וועלט, האבן געפראוועט דעם שבת עילאה בראשות דעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און מתפלל געווען הייסע תפילות לנו ולכל ישראל. ווי שוין ברייט באריכטעט האבן טויזנ


הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א איז מפאר כבוד ביי מעמד כבוד התורה אין תלמוד תורה ברסלב - ירושלים
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן נעכטן דינסטאג איז דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אנגעקומען צום נאסטאלגישן ברסלבער שוהל אין די מאה שערים געגענט וואו ער האט מפאר כבוד געווען ביים מעמד כבוד התורה דורך די הונדערטער תלמידים אין די ברסלבער תלמוד תורה אין מאה שערים וועלכע האבן זיך פארהערט אויף טויזנטער פרקים משניות און בלעטער גמרא. ביים אנקומען האט זיך דער רב שליט"א באגריסט מיט הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א ממנהיגי חסידי ברסל


רבבות מישראל מיטגעלעבט לאנג שעה'דיגע התרוממות עילאה ביי ריזיגער מעמד "ירושלים של מעלה" בראשות האד' מסאטמאר
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א אייזנבאך טויזנטער חסידי סאטמאר האבן מיטגעלעבט לאנג שעהדיגע התרוממות עילאה ביים געהויבענע מעמד "ירושלים של מעלה", וואס איז פארגעקומען פארלאפענעם דאנערשטאג נאכט אין צענטער פון ירושלים עיר הקודש, בצילו פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די מעמד וועט געוויס איינגעקריצט ווערן מיט גאלדענע אותיות אין היסטאריע פון קהל יטב לב ד'סאטמאר איבער דער גארער וועלט, ווען עס איז געגאסן געווארן די יסודות און אנגעפאנגען די מ


האד' מסאטמאר באזוכט ביי האד' מתולדות אהרן | בילדער גאלעריע
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


שפאנונג צווישן חסידי ומעריצי זוטשקא צום מעמד אדיר "כי בא אורך" לטובת אויפבוי פון ביהמ"ד הגדול והחדש זוטשקא
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי שוין ברייט באריכטעט גרייטן זיך חסידי ומעריצי ואוהבי בית זוטשקא אויף דעם קומענדיגן מוצאי שבת קודש פרשת ויצא הבעל"ט צום היסטארישן מעמד "כי בא אורך" לטובת די אויפבוי פונעם בנין בית המדרש הגדול בית זוטשקא אין שטאט בני ברק, וואס איז באקאנט אלס א מקום שואבת לכל דורש ומבקש, חסידים ואנשי מעשה המתסופפים בצלו פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, וועלכע איז באקאנט מיט זיין געוואלדיגע כח השפעה לקרב בני ישראל לאבינו שבשמים, און דינט ווי א לייכט


לך כנוס: יערליכע "אסיפת הצלה" קעגן פגעי טעכנאלאגיע באשטימט אויף מוצש"ק וישלח אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש עס איז נארוואס ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן אז דער יערליכער כינוס אדיר "אסיפת הצלה" בארה"ק זיך מתחזק זיין קעגן די פגעי טעכנאלאגיע, וואס ווערט אפגעהאלטן בראשות הגה"צ המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב, וועט היי-יאר אפגעראכטן ווערן במקהלות אלופי אלפי שלומי אמוני ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן דעם קומענדיגן מוצש"ק וישלח אין די ריזן גיגאנטישע היכלי ביהמ"ד הגדול "בית וויזניץ" אין בני ברק. דער יערליכער כינוס


האד' מוויזניץ באזוכט אין אילת אין סאמע ברען פון צוגרייטונגען צום היסטארישן ‘שבתא דריגלא’ לכבוד י״ב שבט
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך מאנטאג איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ארויסגעפארן צום שטאט אילת וואס געפונט זיך אין דרום ארץ ישראל, א נסיעה פון עטליכע שעה צו פארן פון בני ברק, זיך גרייטנדיג דארט אפצורעכטן א היסטארישן שבת התכנסות פאר עדת חסידי וויזניץ דעם קונענדיגן י"ב שבט הבעל"ט. דער טאג י"ב שבט - ראש השנה לחסידות איז איינגעפירט געווארן דורכן רבי'ן אלס א יומא דפגרא ווען עס ווערט יערליך געפראוועט אויף א געהויבענעם פארנעם דורך חסידי וויזניץ וואס ז


ערשטע בילדער: היסטארישער שבת תולדות אין מירון בצל הקודש פון האד' מסאטמאר
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזענבאך


פרייליכע בר מצוה פון נכד האד' מבאיאן זון פון הרה"צ ר' מרדכי שלמה ברייאר אבד"ק באיאן ארה"ב געפראוועט אין בארא פארק
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דעם מוצאי שבת איז פארגעקומען אין בארא פארק די בר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, א זון פון זיין זון הגה"צ ר' מרדכי שלמה ברייאר שליט"א רב חסידי באיאן אין אמעריקע, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די באיאנער קלויז אין בארא פארק. לכבוד די שמחה איז געקומען צו פארן פון ארץ ישראל הרה"צ ר' יוסף ברייאר שליט"א בנו הגדול פון כ''ק האדמו''ר מבאיאן שליט''א אלס שליח מי


מעמד נרגש אין שפיץ פון האד' מסאטמאר ביים ‘הר הצופים’ קעגנאיבער מקום בית מקדשינו
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פאריגן מיטוואך אין א פריע שעה, נאך די מקווה, איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א ארויסגעפארן צוזאמען מיט הונדערטער חסידים צום ‘הר הצופים’, פון וואו מען קען איבערקוקן דעם מקום המקדש, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד נרגש והתעוררות. ביים זעהן דעם מקום המקדש האט די רבי קריעה געריסן און דערביי פארגאסן טייכן טרערן מיט יאמערליכע בכיות אויפן גלות השכינה, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני גאולה מיט טיפע געגועים צום בנין בית המקדש. פון דארט אי


ריזן כינוס "כולנו שותפים" נעמט צונויף חבריא קדישא נחלת יעקב אין ניו יארק אין גיגאנטישן וועסטשעסטער קאונטי סענטער
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN הונדערטער תלמידים ומעריצים וואס זענען אנגעשלאסן אין די חבורה הקדושה נחלת יעקב אין אמעריקא האבן געהאט די זכי' עילאה מיטצוהאלטן דער כינוס אדיר און מעמד 'כולנו שותפים' וואו מען האט דערביי מקבל געווען פני כבודו פון המשפיע המפורסם, מלהיב לבבות בני ישראל הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, ראש חבורת ״נחלת יעקב״ אין ירושלים עיה"ק וועלכע איז געקומען צו פארן ממעון קדשו בהר ה' צו באשיינען די מעמד לטובת מוסדותיו הקדושי


bottom of page


