top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הכרזת קודש • האד' מתולדות צבי ספינקא אדרעסירט קהל חסידיו לקראת נסיעה רוממה קיין מאגלעניץ

זונטאג פ' אחרי קדשים - ב' אייר תשפ"ג


אין בעפארברייטונג צום גרויסארטיגן מסע הקודש וואס כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א גרייט זיך אונטערצונעמען קיין מאגלעניץ האט דער רבי שליט''א דעם ליל שישי איבערגעגעבן א וויכטיגע הכרזת קודש דורך א לייוו-הוקאפ אויפן טעלעפאן וועלכע איז געווארן לעבעדיג מיטגעהאלטן דורך חסידי תולדות צבי דספינקא איבער די וועלט.


אנהייב פונעם שמועס האט די רבי שליט"א ארומגערעט איבער די פגעי הטכנאלאגיע, די רבי האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע נסיונות ופגעי הזמן וועלכע בוזשעווען אן קיין אפשטעל, און די גרויסקייט פון אלע וואס וועלן ביישטיין דעם נסיון, די רבי האט באטאנט אז מיט אכציג יאהר צוריק איז די נסיון אין אמעריקא געווען שמירת שבת, אין אז אידן האבן ליידער געדארפט מחלל שבת זיין לצורך פרנסה, אבער היינט איז פארשריבן געווארן מיט גאלדענע אותיות די אלע וועלכע האבן דעמאלט עומד געווען בנסיון און האבן זוכה געווען אויפצושטעלן לעכטיגע אידישע דורות, די רבי האט אויסגעפירט אז עס וועט קומען א צייט וואס די אלע וועלכע וועלן באשטיין די טעכנאלאגישע נסיונות וועלן פארשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות בתולדות הימים פון כלל ישראל.


די רבי האט איבערגעחזרט די תקנות זאגנדיג אז רבנים האבן מתיר געווען די כלים מיט א פילטער במקום הפרנסה ולצורך הפרנסה, אבער עס איז נישט דא קיין שום היתר אריינצוברענגען די כלים אין א אידישער שטוב, דערביי האט די רבי געבעטן אז מזאל אויפטוישן די סמארטפאון'ס אויף טעבלעט'ס כהוראת הרבנים, אין צוגעגעבן אז איינער וואס דארף נישט די אלע כלים לצורך פרנסה זאל זיך נישט באנוצן דערמיט בשום אופן שהוא, און בפרט האט די רבי געבעטן אז נשים זאלן נישט צורירן די כלים אפילו מיט א פילטער אויך לצורך פרנסה, די רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב בני חיי ומזוני רוויחי און גרויסע ישועות פאר אלע וואס וועלן אויספאלגן די תקנות און גדרים וסייגים און שטיין על המשמר צו זיין אפגעהיטן פון די שעדליכע איינפלוס פון די היינטיגע פארגעשריטענע טעכנאלאגישע וועלט.


דאן האט זיך די רבי באצויגן צום בעפארשטיינדע מסע המרומם צום שטאט מאגלעניץ אין פולין לרגל די הילולא קדישא פון זקנו די הייליגע מאגלינצע שרף זי"ע, ווי עס וועט געפראוועט ווערן א געהויבענע שבת שב"ק פר' אמור ט"ו אייר בעצם יומא דהילולא קדישא, די רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט די פּעולות חובקות בדמי"ם תרתי משמע וואס ווערן געמאכט אין די לעצטע פערצן יאהר ווען מען האט באַוויזן לחדש אורה פון דעם הייליגן ציון ומקום קיבול תפלות פונעם שרף הקדוש ממאגלניץ זי"ע ולהחזיר כבודה כבתחילה, אלס מקום אבן שואבת פאַר כלל ישראל, צו קענען אהינקומען מתפּלל זיין בכל עת ועידן.


אצינד האט די רבי זיך געוואנדן מיט א בקשה פון אלע חסידים ואוהדים, אז יעדער זאל טוהן יותר מכפי יכלתו מיטצוקומען אויף דעם דערהויבענעם שבת, וואס די שרף קוקט ארויס דערויף נאך גאנצע פינעף און אכציג יאהר וואס יס איז נישט געווען דארט קיין איד אויף שבת און עס איז זיכער אז ער וועט מכיר טובה זיין און נישט שולדיג בלייבן פאר יעדער איינער וואס ער דארף בכל משאלות לבו לטובה.


אין די זעלבע צייט האט די רבי געבעטן אז קיינער זאל נישט מיטברענגען קיין סמארטפאון צו דעם דריי טאגיג'ע נסיעה על אדמת קודש אין מאגלעניץ, כאטש וואס ער אליין פארשטייט די נסיון דערפון און די רבי האט פארשפראכן אינזינען צו האבן יעדן איינעם ברוחניות ובגשמיות, און טראץ וואס ער ווייסט די גרויסקייט און שווערעקייט פונעם נסיון אבער די שכר דערויף וועט זיין גאר גרויס, און די רבי האט צוגענדיגט מיט ברכת קדשו לרוב.




Comentarios


bottom of page