top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בשעה שהחכם יושב ודורש • דרשת שבת הגדול פון האד' מסאטמאר | באריכט

מאנטאג שבוע שחל בו פסח - י"ב ניסן תשפ"ג


בשעה שהחכם יושב ודורש


טויזענטער חסידי סאטמאר האבן דעם שבת נאכמיטאג איבערגעפולט אלע אפטיילונגען בבנין בית המדרש הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר אויף הופפער סטריט אין וויליאמסבורג, בשעה שהחכם יושב ודורש, ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אויפגעטרעטן בראש קהל חסידיו מיט די שבת הגדול דרשה, און ארומגערעדט לענגערע מינוטן איבער קריטיש וויכטיגע יסודות בעד יהדות הנאמנה, כהכנה דרבה לקראת די הייליגע יום טוב פסח הממשמש ובא.


כולם נקבצו ובאו, די בית המדרש איז געווען איבערגעפולט מלא על כל גדותיו, עס איז צוגערישט געווארן די מאקסימום זיץ פלעצער און שטיי פלעצער אז אלע חסידים זאלן האבן די מעגליכקייט מיטצוהאלטן די דרשה, א עקסטערע פראגראם איז געווען צוגעשטעלט פאר די ילדי תשב"ר בשעת די דרשה, די עלטערן זאלן קענען מיטהאלטן די דרשה מיט הרחבת הדעת.


ספעציעלע שיירות זענען געקומען צו גיין פון בארא פארק, פון אלע סאטמארע בתי מדרשים אין בארא פארק האבן זיך צענדליגע אידן ארויסגעלאזט צופיס קיין וויליאמסבורג, צו מיטהאלטן די דרשה און זיך דערווארעמען לאורו הגדול פונעם רבי'ן.


אין די שפעטע נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי ערשינען אין היכל בית המדרש הגדול און געזאגט א תפילה חרישית ביים ארון הקודש, דער רבי האט אנגעטון די טלית און אנגעהויבן די דרשה בפלפול ואגדה, ארומרעדנדיג א לענגערע צייט אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן, נאכן זיך צוגרייטן בלימוד הסוגיא די לעצטערע וואכן אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא.


דערנאך האט דער רבי מרחיב געווען איבער פארשידענע ענינים העומדים על הפרק, שיינע געדאנקען און מאמרי קודש פון צדיקים הקודמים איבער די גרויסקייט פונעם ליל הסדר. דער רבי האט ארויסגעברענגט די שרעקליכע ירידת הדורות וואס מ'לעבט מיט, און אויפגעפלאקערט דעם ציבור בחובת הצניעות און ווי ווייט מ'דארף זיין נזהר דערין.


דאן האט דער רבי אנגעהויבן צו רעדן איבער די גרויסע פראבלעם פון שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל, די שוידערליכע מעשיות וואס מ'הערט פון דארט און די געוואלדיגע מכשולות וואס קומען ארויס דערפון, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די בעסטע עצה איז ווען מ'זארגט זיך שוין ביי די פערצן יאר, און מ'מאכט זיכער צו שיקן נאר אין די היימישע ישיבות מטעם הקהילה והמוסדות, וואס דורכדעם שפארט מען זיך אסאך אסאך קאפ וויי אין די שפעטערע יארן, וויבאלד אונזערע ישיבות שטעלן צו א ספעציעלע מסגרת אפילו פאר עלטערע בחורים.


דער רבי האט דערמאנט מיט ווייטאג דאס וואס האט פאסירט אין די יעצטיגע תקופה, אז געוויסע האבן געשניטן ווייץ נאך א רעגן, וואס דאס איז פשוט קעגן די הלכה, און ב"ה אז מיר זענען זייער שטארק נזהר דערין, וויבאלד מ'שניידט די ווייץ אין אריזאנע, ווי דער פעטער זכרונו לברכה הרה"ק מסאטמאר האט אויך געשיקט מ'זאל דארט שניידן.


דער רבי האט דערמאנט בשבח פון די היימישע שחיטה סיי די עופות און סיי די גסות וואס איז באקאנט ב"ה מיט אירע שטארקע חומרות און הידורים, אזוי אויך האט דער רבי גערעדט איבער די גזירת החינוך, און דערמאנט די לעצטע אורטייל אפצושלאגן א חלק פון די גזירה, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מ'ווייסט נישט קלאר ווי ווייט די דאזיגע אורטייל קען אויפטון, ס'איז זיכער עפעס בעסער געווארן, אבער מ'דארף נאך גרויס רחמי שמים אפצוהיטן אונזער ריינע חינוך על דרך המסורה.


צום שלוס האט דער רבי אויפגעשטורעמט דעם ציבור איבער די ברענענדיגע נושא פון טעכנעלאגיע, דער רבי האט קלארגעשטעלט אז אונזער קהילה און מוסדות דארף זיין אוועקגעשטעלט אלס א הייליגע מחנה, און סיי ווער עס קען זיך צו דעם נישט צושטעלן האט נישט קיין חלק ביי אונז. דער רבי האט אויפגעפאדערט פון די הנהלת המוסדות אז סיי ווער עס שטעלט זיך נישט צו צו די תקנות זאל מען נישט אננעמען אין די מוסדות, טעכנעלאגישע כלים אן א פילטער איז דאך אפגערעדט אז מ'טאר נישט, אבער אפי' מיט א פילטער, איז מען נישט ערלויבט צו האבן א סמארטפאון, בלויז א טאבלעט וואס מ'קען בלויז נוצן אין שטוב אדער אין קאר, און מ'קען עס נישט מיטנעמען מיט זיך איבעראל.

Comments


bottom of page