top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חול המועד • האד' מסאטמאר מוערר ענינים העומדים על הפרק ביים יערליכע אסיפה כללית | באריכט

דינסטאג ד' דחוה"מ פסח - כ' ניסן תשפ"ג


״לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה׳!!״


טויזנטער חסידי סאטמאר האבן נעכטן מאנטיג חול המועד איבערגעפילט דעם בית המדרש הגדול סאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, ביים יערליכן אסיפה כללית און כינוס התאחדות האברכים, וואס איז איינגעפירט געווארן נאך בימי הרה"ק מסאטמאר זי"ע, זיך צוזאמנעמען בימי המועד אין זיך מחזק זיין בעניני דיומא ובענינים העומדים על הפרק.


כולם נקבצו ובאו, די בית המדרש איז געווען פיל געפאקט מלא על כל גדותיו, א גרויסער בימת הכבוד איז אויפגעשטעלט געווארן לענגאויס די מזרח וואנט ווי עס זענען געזעצן די צענדליגע רבנים ודיינים וראשי הישיבות ויושבים על מדין.


אנהייב פונעם אסיפה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אלכסנדר חיים אשכנזי שליט"א ראש ישיבה קטנה חלק ב' אין וויליאמסבורג מיט א שיינעם שמועס בעניני דיומא מיטצונעמען די השפעות פונעם הייליגן יום טוב אויף ווייטער.


דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, די רבי האטאנגעהויבן די דרשה בפלפול ואגדה, ארומרעדנדיג א לענגערע צייט אין די סוגיא פון האיר פני המזרח אין מסכתא מנחות אנדערש ווי אלע יאהרן וואס די רבי דרשנט בעניני דיומא אין מסכת פסחים נאכדעם וואס טויזנטער סאטמערער חסידים האבן אין די לעצטערע תקופה עוסק געווען אין דעם טיפזיניגע סוגיא אין ראם פון חבורת זכרו, און די רבי האט געזעהן פאר וויכטיג אריינצוברענגען א פרישע חדוותא דאורייתא, און איבערגעבן א לומדישע פשעטיל אין די סוגיא, לא נתנו מועדים לישראל אלא בכדי שיעסקו בהם בתורה.

.

דערנאך האט דער רבי מרחיב געווען איבער פארשידענע ענינים העומדים על הפרק, שיינע געדאנקען און מאמרי קודש פון צדיקים הקודמים בעניני דיומא און איבער מיטנעמען די השפעות פון יום טוב פסח אויף אגאנץ יאהר. דער רבי האט ארומגערעט איבער די חומרות והידורים וואס מזעהט ביי כלל ישראל, וואס יעדער האט מקובל מבית אבותיו, און מחזק געווען נישט משנה צו זיין קיין זיז כל שהוא פון וואס מען האט געזעהן ביי די אבות הק', און אז דאס איז א כלל אויף א גאנץ יאהר צו גיין בדרכי ובמנהגי אבות.


דערנאך האט די רבי מעורר געוועהן בעניני תפילה, און ארומגערעט בדברי חיזוק והדרכה ווי אזוי עס דארף אויסקוקן א דאווענען ביי א חסידישן יוד מרישא ועד גמירא ובקול רם, און ספעציעל איבער די אחריות וואס ליגט אויף די בעל תפילה.


אויך האט די רבי מעורר געווען איבער כבוד בית המדרש, און שטארק מגנה געווען די פרישע פרצה וואס איז איינגעריסן געווארן אז יונגעלייט קומען אין בית מדרש אן די הוטן און די שטריימלעך, זאגנדיג אז בעצם דארף זיך א חסידישער איד הייביג דרייען אין די גאס מיט א הוט, בפרט ווען מקומט אריין אין א בית ה', בבית אלוקים נהלך ברגש.


דאן האט דער רבי אנגעהויבן צו רעדן מיט ווייטאג איבער די מגושמים בקצה המחנה וואס פראבירן אריינצוברענגען און מגשם זיין דעם ציבור מיט זייער פראסקייט און תאוות האכילה, בפרט ווען עס קומען ארויס אויף ימים טובים די פילע צייטונגען און מאגאזינען מיט פילע עדד'ס איבער תאוות האכילה, וואס א חסידישער איד דארף נישט ליגן דערון, און די רבי האט מרחיב געווען איבער פארשידענע מאגאזינען אשר אין רוח חכמים נוחה הימנו און איז מכלה הנפש והבשר.


די רבי האט אויך ארויסגעברענגט לשבח די אלע וואס זענען אנגעשלאסן אין חבורת זכרו אין אלע אפטיילונגען, און די שטארקע חינוך וואס עס ברענגט אריין אין די קינדער, בפרט דארף מען זעהן ווען מען פארט ארויס צו די קאנטרי'ס אין די זוממער חדשים אין אויסניצן די צייט אויף קביעת עיתים לתורה .


דערנאך איז די רבי אריין אין די נושא פון צניעות, צום ערשט האט די רבי ארומגערעט איבער די פרצות אין די לבושי נשים, און ארויסגעברענגט לשבח אז כע"ה איז דא א ריזן ציבור וואס גייען נישט אנגעטוהן מיט שייטלעך בכלל, און אפילו די וואס גייען יא מיט שייטלעך דארפן זעהן עס זאל זיין אויסגעהאלטן על פי הלכה.


דאן האט די רבי מרחיב געווען מיט ווייטאג איבער די פראסטע בעקיטשען איבער די טיש בעקיטשען וועלכע האבן זיך ליידער אריינגעכאפט ביים היימישן ציבור, די רבי האט באטאנט אז אין אמת'ן אריין טעון די חסידישע לבושים טראגן מיט זיך א קדושה און באזונדערע באדייט להבדיל בית ישראל על העמים, אבער ווען מגייט מיט אזעלעכע טיש בעקיטשעס אזוי אויך די מאדערנע שטריימלעך און די נייע צוגעפאסטע בגדים און שמאלע הויזן גייט דאס נישט אריין בגדר חסידישע מלבושים.


אויך האט די רבי מעורר געווען איבער די געהויבענער זמן פון רעווא דרעווין, זיך צוזאמנעמען אויף שלש סעודות בשבת אחים גם יחד און זיך מחזק זיין בדברי התעוררות כראוי וכיאות.


די רבי האט ארומגערעט איבער די אויפגעריסענע שמחות ברוחניות און בגשמיות אז מען געט אויס אזוי פיל געלט אויף נארישקייטן, און איבער די נייע פרצה פון גראמען ביי חופות און פארשידענע ניגונים און פסוקים וואס איז אריינגעכאפט געווארן צו זינגען ווען די חתן כלה שטייען שוין תחת החופה וואס איז נישט אויסגעהאלטן על פי הלכה און על פי השקפה שלא כמנהג אבותינו, און עס איז זיכער אז עס קומט נישט ארויס קיין התעוררות דערפון, און די רבי האט מרחיב געווען איבער די פארשידענע גוי'שע ניגונים און טענץ וואס ברענגען אריין גוישקייט.


מיט א רגש דקדושה און שבח והודאה האט די רבי ארומגערעט איבער די גזירת החינוך, אז שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו והקב"ה מצלינו מידם, אז ב"ה איז טיילווייז אפגעווארן געווארן די גזירת החינוך, און מדארף באדאנקן די עסקנים און רבנים וואס ליגן בעובי הקורה און פאר די אידן וואס לאזן זיך קאסטן למען המערכה, און עס איז ברוך השם עושה פירות, די רבי האט געזאגט אז יעצט האט די געריכט געפסקנט אז די חיוב פון חינוך ליגט נישט אויף די מוסד נאר אויף די עלטערן, די רבי האט געזאגט אז דאס האט ער מעורר געווען שוין כמה פעמים, און עס איז א כרוז מן השמים אז מדארף זיך מחזק זיין בחיוב חינוך הבנים און הבנות, און מוסיף זיין גדרים און אריינברענגען ווארעמקייט אין די קינדער.


צום שלוס האט די רבי ארומגערעט איבער די אסיפת הרבנים וואס איז אפגעהאלטן געווארן פאר פסח איבער די ברענעדיגע נושא פון שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל, די רבי האט ארויסגעברענגט די חומר הענין די געוואלדיגע מכשולות און חורבנות וואס קומען ארויס דערפון ברוחניות ובגשמיות, אין באטאנט אז די בעסטע עצה צו פארמיידן די אלע פראבלעמען איז ווען מען שיקט נאר אין די היימישע ישיבות מטעם הקהילה והמוסדות, אין אז אונזערע ישיבות שטעלן צו א ספעציעלע מסגרת אפילו פאר עלטערע בחורים.


די רבי האט ארויסגעברענגט מיט התרגשות אז במשך די ווינטער חדשים האט ער עטליכע מאל געלערנט די סוגיות מיט די עלטערע בחורים תלמידי שיעור ד' ישיבה גדולה און העכער, און עס איז ממש נתפעל צו ווערן ווי די חשובע בחורים זענען זיך ממית באוהלה של תורה, אבער צו דעם האט די רבי באטאנט אז טראץ עס מאכט זיך פון מאל צו מאל אזעלכע פעלער, איז אבער לו זו הדרך נאר די עלטערן זאלן הערן שידוכים ווי נאר די בחורים גייען אריין אין די יארגאנג פון שידוכים און טוהן הלכה למעשה, מזאל נישט ווארטן מיט אן אוסרייד אז עס גייט ארויפקומען א בעסערע אפציע, וואס געווענדליך קומט נישט ארויס קיין שלימות שפעטער דערפון.



בשעה שהחכם יושב ודורש הקב"ה מוחל עוונותיהם של ישראל.

Comments


bottom of page