top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיקאגא • האד' מסאטמאר באזוכט מהודר'דיגע בית השחיטה לגסות דקהל יטב לב

דאנערשטאג פ' ויקהל פקודי - כ"ג אדר תשפ"ג

קול בחצרות - נעכטן מיטוואך אין די פארטאגס שעהן האט זיך כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין שיקאגא צום באשטימטן באזוך אינעם ריזן פלענט דער מהודר'דיגע בית השחיטה לגסות פאר אלע סאטמארער פלייש-געשעפטן איבער גרעיטאר ניו יארק. אום 5 אזייגער פארטאגס האט זיך דער רבי געהויבן מיטן פריוואטן פליגער אינאיינעם מיט הרבנים הגאונים הצדיקים רבני ודייני הקהילה וחברי וועד השחיטה דקהל יטב לב הגה"צ רבי ארי' ראזנפעלד דומ"ץ קרית יואל שליט"א, הגה"צ רבי חיים דוד כץ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק וחבר הביד"ץ, הגה"צ ר' ארי' לייבוש פריעדמאן דומ"ץ ביהמ"ד הגדול, און די חברי וועד הכשרות אין שפיץ פונעם רבינס איידעם הגה"צ ר' אלעזר טייטלבוים שליט"א יו"ר וועד הכשרות, די משמשים בקודש און הנהלה פון די סאטמארע פלייש געשעפטן. ארום 7:00 אזייגער לאקאלע צייט איז מען אנגעקומען צום פלענט, ווי דארטן האבן אפגעווארט די משגיחי בית השחיטה און בעלי בתים פונעם בארימטען מיעל מארט פאבריק אין שפיץ פון הר"ר הערשל האללענדער הי"ו ווי מען האט זיך גענומען צו די עבודת הקודש פון מפקח זין דער גאנצער הילוך השחיטה בדיקה וניקור, ווען צוערשט איז די רבי שליט"א אינאיינעם מיט די רבנים צוגעגאנגען קוקן די מהלך הניכר, און דערנאך איז מען צוגעגאנגען צום פלאץ ווי מ'שחט די בהמות, און דורכגעשמועסט יעדן פרט קטן אינעם גאנצן מולטי פלענט, וואס שטעלט צו די מהודר'דיגע בשר בהמה פאר חסידי סאטמאר במשך די יאר און בפרט לקראת יו"ט פסח הבעל"ט. צען אזייגער איז דער רבי אנגעקומעון צו די ביורא פון די שוחטים ווי מען האט זיך געשטעלט אויף תפלת שחרית, דעם רבינס איידעם הגה"צ ר' אלעזר טייטלבוים האט געדאווענט פארן עמוד שטייענדיג בשנת האבל פון אמו הרבנית ע"ה. בערך אום צוועלף אזייגער איז אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה מיט די דיינים און די שוחטים, וואו מען האט איבערגעקוקט און בודק געווען די חלפים, און נושא ונותן געווען אינעם חלק ההלכה וההוראה ביי שחיטת הגסות, די רבי האט בתוך הדברים ארומגעשמועסט זכרונות מימי קדם איבער די שוועריקייטן במצב הכשרות בימים ההם ווען יעדע זאך וואס מען האט געוואלט מהדר זיין איז אנגעקומען זייער שווער, און וויפיל הרה''ק מסאטמאר זי"ע האט זיך אויפדעם מוסר נפש געווען כל ימיו, און דערמאנט אז אלץ בחור ווען נאכן ענדיגען הלכות טריפות איז מען געפארן צו א שחיטה צו קענען זעהן פון דערנאענט דעם הלכתא גברתא, און תיכף ביים אנקומען האט דער בעה"ב פונעם פלאץ געזאגט מען קען ארומגיין קוקן אבער גארנישט מעיר זיין בדברים הצריכין תיקון, און געזאגט איך אליין האב דעמאלטס געזעהן עטליכע גרויסע מכשולות פון סירחות ביי ראיות א.א.וו, אזוי ווייט איז געווען דער מצב הכשרות ביי די אמעריקאנער עולם, די רבי האט דערנאך ממשיך געווען און ארויסגעברענגט די געוואלדיגער אחריות און זהירות וואס א שוחט דארף צו האבן, און וויפיל האקעלע שאלות זיי דארפן פסק'נן א טאג און געוואונטשען ברכת הקודש הצלחה וסייעתא דשמיא. פון דארטן איז די רבי אראפ אין די אינטערשטע שטאק זיך אומקוקן אויפן ריזיגן פלענט דער גאנצער מהלך השחיטה בדיקה וניקור, און געוואונטשען אלע עוסקים במלאכת הקודש הצלחה וסייעתא דשמיא אויף ווייטער. ארום פערטל נאך צוויי האט זיך די פריוואטער פליגער געהויבן פון שיקאגאו, אויפן וועג קיין טירעבארע לופט פעלד אין ניו דזשערסי, וואו מען איז אנגעקומען ארום פיר אזייגער, און די רבי איז תיכף צוריגעפארן לביתו נאוה קודש.






Yorumlar


bottom of page