top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קידוש שם שמים ביים כינוס 'יזמרו לשמך' פאר טויזנטער בחורים בני יישוב הישן

דינסטאג פ' תרומה ל' שבט תשפ"ג


קול בחצרות - העכער טויזענט בחורי חמד החונים על דגל העדה החרדית האבן זיך דעם זונטאג פארזאמעלט ביים ערשטמאליגן כינוס 'יזמרו לשמך' ווי עס זענען אוועקגעשטעלט געווארן פעסטע יסודות פאר הייליגע שמחות, ווי עס וועלן בלויז געזינגען ווערן היימישע ניגונים פון ערליכע בעלי מנגנים.


ביים מעמד האבן זיך באטייליגט נאנט צו דרייצן הונדערט בחורים פון די ישיבות דושינסקיא, תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק, סאטמאר, רמ"א, ברסלב, כנסת אליהו און בית הלוי. אויפן אויבן-אן האבן זיך אנגעזען די צענדליגע ראשי ישיבות, מנהלים, משגיחים און כלי קודש, צווישן זיי: הגה"צ ר' משה קאהן ר"י תולדות אהרן, הגה"צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא ראש הישיבות דושינסקיא, הגאון הגדול ר' פנחס ברויער ר"י כנסת אליהו אין הגאון הגדול ר' יעקב קליינער ר"י בית הלוי צו דער זייט פון הרבנים הגאונים וועלכע זענען נתמנה געווארן אלז רבני הוועד יזמרו לשמך ה"ה הגאון ר' יצחק רוזנבלט מרבני חסידי ברסלב, הגאון ר' עזריאל שלום גולדשטיין מרבני ק"ק סאטמאר, הגאון ר' אליעזר נייהויז מרבני ק"ק דושינסקיא, אין הגאון ר' ברוך היימליך מרבני ק"ק תולדות אהרן.


א שעה פארן מעמד, האבן צענדליגע באסעס געפירט די בחורים פון די ישיבות צום גיגאנטישן 'נוה ירושלים' זאלן אין הר נוף און אנקומענדיג אין זאל, זענען די בחורים געזעצט געווארן אויף א וואונדערליכע סדר ביי זייערע באשטימטע פלעצער, איש על מחנהו ואיש על דגלו.


הרה"ג ר' עמרם שמעיה שליט"א, משגיח בישיבת רמ"א האט געעפענט די מעמד און דערנאך זענען געהערט געווארן די ווערטער פון הרה"ג ר' יצחק שלמה בלויא שליט"א ספרא דבי דינא רבא דעדה"ח וועלכע האט איבערגעגעבן די הוראת הקודש פון די חברי הבד"ץ וועלכע האבן שוין פון לאנג געוואלט צוזאמברענגען אזא סארט אסיפה, מחזק צו זיין די נושא פון ערליכע ניגונים ביי חתונות.


דער אורח הכבוד פה מפיק מרגליות הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א אב"ד שכונת ישמח משה קרית יואל וחתן כ''ק האדמו"ר מסטאמאר שליט''א, האט ערעקטלעזירט די פארזאמעלטע און ארויסגעבערנגט די מטרה פון דעם כינוס לשם שמים. אינמיטן די דרשה האט זיך אפגעשפילט א מחזה הוד, ווען הרה"צ ר' שמעון זאב האט אנגעהויבן זינגען היימישע ווארימע ניגונים וועלכע האט אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור אין א מורא'דיגע התעוררות, באגלייט מיט ווארימע מוזיק און איז געווען א ריכטיגע ביישפיל וועלכע סארט ניגונים דארפן געזינגען ווערן ביי חתונות.


בחרדת קודש האבן די בחורים מקבל געווען את פני כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א וועלכע שטייט אין שפיץ פון דעם פראיעקט, וועלכע האט אויפגעטראטן מדברות קדשו ארויסברענגענדיג די הייליגע כח הנגינה.


הגאון הגדול הרב פנחס ברויאר שליט"א ראש ישיבת כנסת אליהו, האט איבערגעגעבן דעם 'דבר ראשי הישיבות' און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע אפגעהיטנקייט אין נגינה וואס ער האט זוכה געווען צו זעהן ביי די פריעדיגע צדיקים. אויך האט אויפגעטראטן הגאון הגדול רבי יעקב קליינער שליט"א ראש ישיבת בית הלוי.


נאך א קורצע הפסקה, ווען עס איז געגעבן געווארן איבערבייס פאר די בחורים, האט ווידער אויפגעטראטן הרה"צ ר' משעון זאב מייזליש וועלכע האט ווייטער ארומגערעדט איבער די האקעלע נושא פון די פראסטע ניגונים וואס האבן זיך ליידער אריינגעכאפט בקרב מחנינו. ביים ענדע דרשה האט מען צוזאמען געזינגען דעם הייליגן ניגון רחמים רבים פון רבי'ן ר' מיכלע זלאטשובער מיט גרויס התעוררות.


דערנאך איז פארגעקומען א רייכע פאנעל מיט הרב יעקב נתן אנשין שליט"א אין באגלייטונג פון מוזיק. צום שלוס האט אויפגעטראטן הרב חיים משה פלדמן שליט"א מרביץ תורה בישיבה גדולה דחסידי תולדות אהרן, און האט פארגעשטעלט די נייע תקנות פונעם וועד 'יזמרו לשמך' וועלכע וועט אריינגיין אין קראפט אנגעהויבן ביום המסוגל ז' אדר הבעל"ט, ווען מ'וועט קענען באקומען א הכשר אויף די מוזיק ביי די חתונות.

ביים נעילת המעמד האבן זיך די בחורים ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודים של שמחה, שהבדלנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת, אהיימנעמענדיג א ספעציעלע 'חוברת' איבער אלעס ארום דעם נייעם וועד יזמרו לשמך.


אין די קומענדיגע וואכן וועלן פארקומען מערערע גרעסערע כינוסים אין אלע חסידישע ישיבות לענגאויס ארץ הקודש, ווי עס וועלן אוועקגעשטעלט ווערן די יסודות איתנים ווי אזוי ערליכע חתונות דארפן אפגעראכטן ווערן, מיט בלויז היימישע ערליכע ניגונים, אויך פילע ישיבות וואס זענען נישט עמטליך אנגעשלאסן אין די עדה החרדית האבן זיך שוין אנגעשלאסן אין דעם הייליגן מבצע צווישן זיי: ישיבת ויזשניץ בית שמש, ישיבת ויזניץ ברכפלד, ישיבת טשערנאביל, ישיבת מאור עיניים ראחמיסטריווקא, ישיבת טשעבין, ישיבת באיאן, ישיבת עמלה של תורה, ישיבת טשכנוב, ישיבת ערלוי, ישיבת שערי תורה, ישיבת נחלת אברהם, ישיבת נדבורנא, ישיבת טל תורה, ישיבת אלכסנדר, ישיבת דאראג, ישיבת באבוב, ישיבת מכנובקא, ישיבת סלאנים אין נאך.





























































Comentários


bottom of page