מיטוואך פ' אחרי קדושים - ה' אייר תשפ"ג
א געווַאלדיגער התרגשות נעמט ארום תלמידי וחסידי סַאטמַאר פון אומעטום, מיטהַאלטנדיג ווי די גָאלדענע קייט ציט זיך ווייטער, און מען וועט בקרוב מיטלעבן די פרייליכע מָאמענט, די בר מצוה אינעם סאטמארער הויף, דער שמחת הבר מצוה פון ערשטן אור-אייניקל פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א ווָאס וועט אי"ה אּפגערָאכטן ווערן קומענדיגן דָאנערשטָאג פרשת אמור, אול"י פסח שני הבעל"ט בהיכל ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ד'סַאטמַאר אין וויליַאמסבורג במעמד אלפי ישראל תלמידי וחסידי סַאטמַאר ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מסַאטמַאר שליט"א.
בשטומ"צ וועט אריינקומען לעול התורה והמצוות, דער אור-אייניקל פון רבי'ן שליט"א ווָאס איז אויך דער ערשטער אור-אייניקל ביי גיסו הגה"צ גאב"ד סַאטמַאר- בָארָא פַארק, אייניקל פון הגה"צ אבד"ק ור"מ סַאטמַאר-וויליַאמסבורג שליט"א, בן לחתנו הרה"ג רבי יואל הכהן גלַאנץ שליט"א מו"ץ בקהל יטב לב ד'סַאטמַאר וויליַאמסבורג, בן הגה"צ רבי יחזקאל שרגא שליט"א מבַארדיוב.
די שמחה ברענגט ארויס רוישיגע און פריידיגע געפילן ביי חסידי סאטמאר, ווען מען זעט ווי עס ציען זי ווייטער די ליכטיגע דורות פון רבי'ן שליט"א, ווָאס ברענגט ארויס נָאסטַאלגישע געפילן ביי יונג און אלט, ובפרט ווען מען דערמַאנט זיך די געהויבענע זמנים פון די ימי השמחה ביי די חתונה פונעם אבי הבר מצוה הרה"ג רבי יואל שליט"א, ווָאס ליגט נָאך אין די ביינער ביי די חסידים אלס גָאר געהויבענע און פרייליכע זמנים ווָאס ווערט נאך געדענקט ביז צום היינטיגן טָאג.
די גרויסע שמחה, וועט זיך שוין אנהויבן היינטיגן שבת קודש,ווען דער חתן הבר מצווה וועט עולה זיין לתורה אין בית המדרש הגדול דקהל יטב לב ד'סַאטמַאר. די בר מצוה וועט אי"ה אּפגערָאכטן ווערן קומענדיגן דָאנערשטָאג פרשת אמור הבעל"ט, צוזַאמען מיטן עריכת השולחן פון רבי'ן שליט"א לכבוד "ּפסח שני" און דערביי וועט מען זיך משמח זיין אויף א געהויבענעם און פרייליכן שטייגער בשמחת בית צדיקים. א שטאב מיט עסקנים זענען אין די טעג עוסק מיט אלע הכנות אז די שמחת בית צדיקים זאל געקרוינט ווערן מיט ערפָאלג און צו קענען אקאמאדירן די טויזענטער ערווַארטע בַאטייליגטע.
Komentarai