top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי ליזענסק אונטערן טיפן רושם מיטצולעבן 'ערשטע שבת' בצל הקודש פון האד' מליזענסק שליט"א | באריכט


תלמידי וחסידי ליזענסק זענען נאך אונטערן טיפן רושם, האבענדיג די זכיה מיטצולעבן דעם זעלטן דערהויבענעם 'שבת הכתרה' וועלכע איז געווען אנגעפולט בהתרוממות והתעלות מבואו ועד צאתו, היסטארישע מאמענטן וועלכע וועלן בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער פון די פילע חסידים ואנשי מעשה וואס האבן דאס מיטגעהאלטן, 'שבת התאחדות' פון כלל תלמידי וחסידי ליזענסק פון איבער גאנץ ניו יארק, בצל הקודש פון דער נייע מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א. אויף שבת זענען געקומען צו פארן קיין מאנסי צענדליגע חסידים מיט זייערע משפחות פון אלע שטעט איבער גאנץ ניו יארק, נישט וועלענדיג פארפאסן דעם ערשטן שבת בצלא דמהימנותא עילאה. דער רבי שליט"א איז אריין געקומען פרייטאג צונאכט'ס פונעם פראווען צימער אנגעטוהן מיטן טלית, אין געדינט אלס בעל תפילה, קבלת שבת איז צוגעגאנגען בנו הר"ר שם טוב שטערן, דורכאויס די עריכת השולחנות, סיי פרייטאג צונאכט'ס און סיי שלש סעודות, האבן פילע חסידים און תושבי העיר איבערגעפולט דעם גיגאנטישע היכל השלחנות וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן הארט נעבן ביהמ"ד הגדול ליזענסק אין קרית הישיבה, און איז געווען מלא על גדותיו מקצה אל קצה. נאכ'ן דאווענען זענען פילע יודן אריבער זיך וואונטשן 'גוט שבת' ביים רבי'ן. דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום טיש א האלבע שעה נאכן דאווענען, ווי עס איז געפראוועט געווארן די גאנצע טיש אינאיינעם מיט די פילע חסידים ותלמידי הישיבה, און די עריכת השולחן האט זיך פארצויגן פיר א האלב שעות ברציפות פון התרוממות ועונג רוחני און מ'האט געענדיגט דעם טיש דריי דרייסיג אזייגער. דורכאויס דעם טיש האט דער רבי שליט"א אויפגעטראטן עטליכע מאל בדברות קודש און געהייסן זינגען עטליכע סקולענ'ע ניגונים צווישן זיי 'טעמו וראו כי טוב ה'. אין עטליכע ניגונים פונעם רבי'ן זצוק"ל צווישן זיי "מי ידידית, דער רבי האט מכבד געווען מיט מי ידידית דעם רבין זצוק"ל'ס חבריתא הרה"ג ר' דוד בעריש אונגער שליט"א, מיט קה ריבון הר"ר שם טוב שטערן, די זקני חסידים זענען געשטאנען פארוואונדערט, און זיך צוגעקוקט אויף יעדן תנועה וואס דער רבי שליט"א האט געוואויגן און זענען באגייסטערט געווארן פון די 'כח ההנהגה' וועכלע דער רבי שליט"א פארמאגט, ווען ער האט אנגעפירט די עריכת השולחנות כזקן ורגיל, ווי א רבי וועלכע פירט שוין טישן צענדליגע יארן. צו שחרית שב"ק איז צוגעגאנגען בנו משה שטערן, שבת צופרי האט דער רבי עולה געווען מפטיר און דעם רבינ'ס עלייה איז געקויפט געווארן דורך איינע פון די נגידי המוסדות פאר אסטראנאמישע סומעס. מוסוף איז צוגעגאנגען מרן ראש הישיבה שליט"א, דער רבי שליט"א האט אויפגעטראטן מיט דברות קודש עטליכע מאל דורכאויס שלש סעודות ארומרעדענדיג פארשידענע ענינים צווישן זיי אז עס ליגט א חוב אויף יעדן צו מתפלל זיין פאר מרן גאב"ד ירושלים שליט"א לרופ"ש וואס ספר תורה שרו בצער אין יעדן טאג זאל מען זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים ספעציעל לרופ"ש פון מרן הגב"ד רבינו יצחק טוביה בן ריקל שליט''א. ביי מעריב האט געדינט אלס בעל תפילה מרן ראש הישיבה שליט"א, מוצאי שבת האט דער רבי שליט"א אויפגעטראטן מיט דברי הדרכה פאר די חסידים ותלמידים און דערמאנט זיך צו שטארקן אין דעם 'פאן' וואס ליזענסק'ע חסידים טראגן וואס דאס איז 'אהבת תורה ויראת שמים'. נאך מעריב איז פארגעקומען דער מעמד 'הבדלה' ברוב עם, בשעת ווען דער רבי שליט"א איז געשטאנען אויפן באלעמער ווען מען זאגט נאך פסיק בפסיק כנהוג בבית ליזענסק, און דערנאך זענען די פילע חסידים אריבערגעגאנגען דעם רבי'ן זיך וואונטשן 'גוטע וואך'.


נאכן מעמד הבדלה, איז אריין אל הקודש פנימה הגה"צ אב"ד לינז שליט"א פון וויליאמסבורג און עס האט זיך פארצויגן א שיינעם לענגערע שמועס, דער רבי שליט"א האט דערנאך ארויס באגלייט דער לינזער רב ביז צו דער קאר, אין דערנאך צוריק אריין אין צומער אין עס האט זיך פאר צויגן 'קבלת קהל' פאר א לענגערע צייט, נאכן קבלת קהל איז דער רבי אריין צו מלוה דמלכה וואס איז געפראוועט געווארן מיט די תלמידי הישיבה פון חלק ג' ולמעלה, מען האט געבענטש ביים עלות, דער רבי האט מכבד געווען מיטן בענטשן בנו הר"ר שם טוב שטערן שליט"א. און דערנאך זענען די בחורים אריבערגעגאנגען דעם רבי'ן זיך וואונטשן 'גוטע וואך'.


Yorumlar


bottom of page