top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענער באַזוך פון הגה"צ אבדק"ק סאטמאר ירושלים אין אנטווערפען לאזט איבער שטארקע רושם

דאנערשטאג פ' תרומה - ב' אדר תשפ"ג


קול בחצרות - א ווייטערדיגע באריכט פונעם קורצן באזוך פון הגה''צ אב''ד סאטמאר ירושלים שליט''א אין אנטווערפען


צווישן די געהויבענע באַזוכן איז געווען מאָנטאָג צופרי אין נייעם היכל הישיבה הק' דסאַטמאַר


דער רב שליט"א איז ערשינען צו תפילת שחרית בערך אין באַגלייטונג פון די חשוב'ע חברי הנהלת הקהילה והמוסדות און מ'האָט זיך גלייך געשטעלעט דאַווענען אינאיינעם מיט די בחורי חמד


דער רב איז צוגעגאַנגען צום עמוד שטייענדיג אין יאָרצייט טאָג פון זיידן דער הייליגער קדושת יום טוב זי"ע


נאָכ'ן דאַווענען איז פאָרגעקומען אַ לחיים לרגל ההילולא, וואו דער רב שליט"א האָט טועם געווען און געטיילט מזונות מיט לחיים פאַר אַלע רמ"י הישיבה און די חשובע בחורים


די בחורים האָבן געזונגען וואַרימע ניגונים לעורר הלבבות און נאָכדעם האָט דער ראש ישיבה הרה"ג ר' משה ווערצבערגער אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער און מקבל פנים געווען דעם געהויבענעם גאַסט בשם הנהלת הישיבה און איבערגעגעבן דאָס וואָרט פאַר'ן רב שליט"א


דער רב האָט אויפגעטרעטן מיט גאָר אַ וואַרימע און תוכן'דיגע דרשה, פול מיט דברי חיזוק און מוסר פאַר די בחורים, בנוגע דאָס לערנען און דאָס דאַווענען, וויאַזוי אַ חסידישער בחור דארף אויסצוזען


דער רב שליט"א האָט דערציילט סיפורי קודש פונעם הייליגן בעל ההילולא מרן בעל הקדושת יו"ט זצ"ל אין מסיים געוועהן מיט ווארימע ברכות פאר די בחורים אין די הנהלת הישיבה


דערנאָך האָט דער רב שליט"א קובע געווען אַ מזוזה צו אַ נייעם פליגל פון דעם בנין הישיבה


דערנאך איז פאָרגעקומען זיצונג אין ביהמ"ד מיט די חברי הנהלת הקהילה, וואו מ'איז איבערגעגאַנגען אַלע פּלענער פונעם נייעם בנין וואס איז אפגעקויפט געווארן פאר די ישיבה קטנה, און דער רב שליט"א איז אַרום באַטראַכטן דעם גאַנצן שטח, געהערט די פּלענער און אויסגעאַרבעט מיט זיי סיי די חלקי ההלכה און סיי די פּראַקטישע מציאות


שפּעטער, אויף דער דירעקטער בקשה פונעם מרא דאתרא הגה''צ גאב''ד אנטווערפען שליט''א, איז דער רב געגאנגען באַזוכן די נייע מקוה טהרה וואָס בויעט זיך אין שטאָט, אַלעס באַטראַכט און אויסגעשמועסט מיט'ן מרא דאתרא און די חברי הנהלת קהילת מחזיקי הדת די הלכה ענינים און די מקוואות פון ניו יאָרק און די הידורים פונעם הייליגן דברי חיים און הרה''ק מסאטמאר זי''ע


אויך איז דער רב אַריבער אויף אַ באַזוך אין בנין פונעם "בית רחל" מיידל שולע, וואו די חברי הנהלה האָבן איבערגעגעבן די פּלענער פון דעם נייעם פליגל וואָס מ'וויל צובויען, און דער רב שליט"א האָט וואַרעם אָנגעוואונטשן


מאָנטאָג נאָכמיטאָג האָט מען געהאַט דעם כבוד און זכי' צו מקבל פנים זיין דעם רב שליט"א אין בנין התלמוד תורה צווישן די תינוקות של בית רבן


בערך 4:00 אַזייגער נאָכמיטאָג איז דער רב שליט"א ערשינען אין בנין התלמוד תורה, וואו ער איז צום ערשט געגאַנגען באַזוכן די קלענערע כיתות


פון דאָרט איז דער רב שליט"א געגאַנגען באַזוכן די כיתות וואָס לערנען אין די קאַראַוואַנען און טאַקע געזען מיט די אויגן דעם הכרח פון אויפבויען אַ נייעם בנין פארן תלמוד תורה


נאכדעם איז דער רב שליט"א ערשינען אין זאַל פון די תלמוד תורה אינאיינעם מיט די חברי הנהלת המוסדות, וואו עס זענען געווען פארזאַמלט אַלע גרעסערע כיתות פון כיתה ו' און העכער וואָס האָבן געלערנט מיט חברותות מיט אַ ריתחא דאורייתא. דער רב שליט"א האָט שפּאַצירט צווישן די טישן און איז גאָר שטאַרק נתפעל געוואָרן פון די התמדת התורה פון די קינדערליך


שפּעטער האָט דער רב שליט"א גערעדט אַ וואַרימע דרשה פאַר די קינדער וואו ער האָט אַרומגערעדט דברי מוסר והדרכה ווי מ'דאַרף זען מקדש שם שמים צו זיין אין אַלע ענינים


ביינאַכט אום 6:00 אַזייגער איז דער רב געווען אויף אַ באַזוך אין כולל תורה ויראה דסאַטמאַר, וואו דער רב שליט"א האָט משמיע געווען גאָר אַ שטאַרקע דרשה, מלא הדרכה פאַר יונגעלייטק


אויך איז ער געווען אַ ביקור ביי הרה"ג ר' אלעזר פריעדמאַן שליט"א, דומ''ץ סאטמאר אנטווערפען חתן כ"ק אדמו"ר מפּשעוואָרסק שליט"א


מאנטאָג אָווענט איז פארגעקומען א שייע מעמד אין שטוב פון דעם ראש הכולל הגאון ר' יואל שוואַרטץ, וואו דער רב שליט"א איז געווען אויף אַ באַזוך און מען האָט געגעבן די געלעגנהייט פאר אַלע יונגעלייט און חשוב'ע תומכים וואָס האָבן זיך מתחייב געווען צו געבן די סומע פון 5000 יורא שותפות געלט לצורך דעם נייעם בנין אַריבערצוקומען לבית האכסניא אויף אונטערצושרייבן די שטרות


בעת דער מסיבה האָט דער רב שליט"א געטיילט ענוועלאופּס פון 300 דאָלאַר פאַר אַלע מלמדים און מגידי שיעור, וואָס איז ספּעציעל פאַרטיילט און געשיקט געוואָרן דורך אביו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א


שפּעט ביינאַכט איז פאָרגעקומען אַ הערליכע סעודת ראש חודש בבית הרבני הנגיד ר' אביגדור משה ראַפּאָפּאָרט הי"ו, וואָס האָט זיך אונטערגענומען אַ גרויסן סכום, דער סעודה האט זיך אַריינגעצויגן ביז שפּעט אין דער נאַכט


דינסטאָג צופרי 7:00 אַזייגער נאָך שחרית האט זיך דער אַרויסגעלאָזט צום לופטפעלד אויפן וועג צוריק קיין אַמעריקע איבערלאָזנדיג ברכות מיט גוטע השפעות פאַר די קהילה אין אנטווערפען.




















































Hozzászólások


bottom of page