top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טרויער נאך פלוצים'דיגע פטירה פון הגאון ר' יונה רעכניצער זצ''ל ראש ישיבת טשערנאביל



קול בחצרות - מיט שוידערליכע געפילן האבן תלמידי וחסידי טשערנאביל דעם ערב שבת באגלייט למנוחת עולמים האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, הגאון המפורסם ר' יונה רעכניצער זצ"ל ראש ישיבת טשערנאביל בארץ הקודש, ומחשובי רבני חסידי בעלזא, וועלכער איז ל"ע טראגיש אוועקגעריסן געווארן אינמיטן די סדר הלימוד אין ישיבה, אין בליענדן עלטער פון ניין און זעכציג יאר.


דער ראש ישיבה ר' יונה איז געווען באקאנט מיט זיין איידעלקייט און ליבליכע צוגאנג צו יעדן תלמיד, די בחורים אין ישיבה זענען געווען צו אים צוגעבינדן בעבותות אהבה, און געשעפט פיל תורה און חסידות פון זיין רייכע קוואל.


חודש אב תשי"ג איז דער ראש ישיבה געבוירן געווארן אין ירושלים עיר הקודש, אלס בכור צו זיין פאטער הרב החסיד ר' שמעון יצחק רעכניצער ז"ל מחשובי חסידי בעלזא. אין זיינע יונגע יארן האט ער געלערנט אין די בעלזא מוסדות אין ירושלים, און שפעטער איז ער געפארן לערנען צו די בארימטע לוצערן ישיבה, זייענדיג א תלמיד מובהק פון הגאון הגדול רבי יצחק דוב קאפלמאן זצ"ל ראש ישיבת לוצערן


בהגיעו לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט די רעבעצין א טאכטער פון הרב שמואל אונגאר ז"ל מחשובי חסידי בעלזא, נאך די חתונה האט ער געוואוינט אין אמעריקע פאר עטליכע יאר, און שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין ארץ ישראל וואו ער האט ממשיך געווען זיינע לימודים אין ישיבת מיר, זייענדיג א תלמיד פונעם בארימטן גאון ר' נחום פארצאוויטש זצ"ל פון וועם האט ער קונה געווען די דרך הלימוד געבויט אויף א טיפזיניגע עיון אין דברי הגמרא און ראשונים, אויך איז געווען מגדולי תלמידיו פון הגאון רבי יונתן דייויד זצ"ל ראש ישיבת פחד יצחק אין ירושלים.


אלע יארן איז ר' יונה געווען פון די חשובע און אנגעזעענע חסידים בחצר הקודש בעלזא, ער האט געווינט אין קרית בעלזא ירושלים, און איז געווען דבוק בלב ונפש צו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.


מיט ארום צוואנציג יאר צוריק איז ער אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה אין די טשערנאבילע ישיבה תפארת משולם זוסיא, וואס ווערט געפירט תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, און האט זיך אין די לעצטע תקופה אריבערגעצויגן אין שטאט אלעד.


די ראש ישיבה האט אנגעהאלטן א נאנטן קשר מיטן טשערנוביל רבי אין זיך דורכגערעט מיט איהם אין אלע עניני הישיבה, א לעכטיגע תקופה האט ער זוכה געווען צו מרביץ תורה זיין, פארלערנען שיעורים בכל קצוי התורה, די ראש ישיבה איז נאכגעגאנגען א שיטה פון לימוד וואס האט אונטערגעשטראכן די טיפענישן דקדוק אין די לשונות פון די ראשונים, זיינע שיעורים זענען געווען מיט א מורעדיגע בהירות כנתינתן מסיני ווען ער קלײַבט זיך אויס דעם וועג פון עיון און לומדות כדי צו געבן א געשמאק אין תורה ביי תלמידים.


אויך האט ער איין מאל א וואך איבערגעגעבן א מוסר שמועס אינעם היכל הישיבה, אזוי האט ער מעמיד געווען תלמידים לאלפים בדרך התורה והיראה, וואס זענען געווען געבונדן צו איהם בעבותות אהבה, ווי ער זארגט צו זיי ווי א טאטע צו א קינד פאר אלע זייערע באדערפענישן.


צוזאמען מיט זיין זעלטענעם גדלות אין תורה איז ער ברייט באקאנט געווארן מיט זיין בינה יתירה און אייגנארטיגע מידות, און טאקע אסאך פון זיינע תלמידים פלעגן זיך מיט אים כסדר שואל עצה זיין אין אלע זייערע ענינים, זיינע עצות און זיין גרויס זאָרג צו זיינע תלמידים האָט געפֿירט צו גרויס נאנטקייט וואס האט זיך געצויגן אויף לאנגע יארן.


צו די זייט פון זיין הרבצת תורה אין ישיבה פלעגט ער מפיץ זיין תורת החסידות ביי זיינע שיינע שיעורים וואס ער פלעגט איבערגעבן און פארשידענע חבורות און בעת רעווא דרעווין אין חבורת 'אש קודש' פיעסעצנא.


דעם לעצטן דאנערשטאג נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה געווען אין ישיבה געווענליך, זייענדיג שוואך און אפגעמוטשעט איז ער געגאנגען אין זיין פריוואטע צימער זיך אפצורוען, אבער נאך עטליכע שעה וואס מ'האט גארנישט געהערט פון אים, האט מען אלארמירט די חברה הצלה וועלכע האבן אים געטראפן אין א באוואוסטלאזע צושטאנד, און באלד באשטעטיגט אז שבק חיים לכל חי אויף א טראגישן אופן.


די מסע הלוויה איז ארויס שפעט אויפדערנאכט פון די היכל הישיבה דחסידי טשערנאביל אין שטאט אלעד, וואו הונדערטער תלמידים ויוצאי הישיבה זענען זיך צוזאמגעקומען באוויינען די שרעקליכע אבידה און זיך געזעגענען פון זייער באליבטער ראש ישיבה און מורה דרך. פרייטאג אינדערפרי איז די לוויה ארויס פון די בית הלוויות שמגר, אויפן וועג צום הר המנוחות וואו ער איז געקומען לקבורה.


די ראש ישיבה לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים מבורך בנין וחתנין רבנן, זיינע חשובע זוהן הגאון רבי אהרן מראשי כולל בעלזא אין חיפה און הגאון רבי משה יעקב מגיד שיעור אין די בעלזא ישיבה אין ביתר, און די חשובע איידעמער הרב אליקים שטארק ר"מ בישיבת מיר און הגאון רבי בן ציון פאנעט ר"מ בישיבת בעלזא אין בית שמש.


זיינע חשובע ברודער'ס זענען הגאון רבי מאיר דב רעכניצער רב דחסידי בעלזא אין חיפה, און הגאון רבי יוסף צבי רעכניצער דיין אין די בעלזא בית מדרש 'בית פנחס' אין אשדוד און מגיד שיעור אין די בעלזא ישיבה אין בני ברק.


יהא זכרו ברוך.

Comentarios


bottom of page