top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסע המרומם 'אהבת איתן' אין שפיץ פון האד' מבאבוב 45 צו די קברי אבות אין פולין | ליזענסק

דינסטאג פ' כי תבוא - י"ב אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום, בחצרותינו באבוב 45


גאר געהויבענער טעג איז פאראיבער אויף די העכער הונדערט משתתפים אין די געהויבענע נסיעה 'אהבת איתן' באגלייטנדיג כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אויף די וועגן און שטעגן פון פולין גאליציע.


יעדע מינוט פון די היסטארישע נסיעה איז געווען דורכגענומען מיט אזויפיל התעוררות און התרוממות און יעדע סטאנציע וואו מען האט געוויילט איז געווען איינגעטינקען אין גלענצענדע פרעכטיקייט.


מיט איינפאכע ווערטער איז שווער אויסצודריקן טיפע געפילן פון הארץ. די ווייטערידעג בילדער קענען טיילווייז אפמאלן די דרויסענדיגע התעוררות און שיינקייט וואס האט באגלייט די מיטפארער דורכאויס די גאנצע רייזע.

 

די רבי שליט''א איז אפגעפארן מיט א קבוצה פון העכער הונדערט נדיבים וחסידים וואס זייער מסירות נפש'דיגן בייטראג פאר בנין ביהמ"ד הגדול והחדש האט זיי געגעבן די זכות צו זיין פונ'ם רבי'נס נאנטע סוויטע און מיטלעבן צוויי מעת לעת פון פולשטענדיגע תענוג רוחני במחיצת הקודש.


ג' אלול, זונטאג אווענט, האט זיך אין א מזל'דיגע שעה געהויבן די פליגער פון רבינו שליט"א אויף וועלכע ס'זענען מיטגעפארן א שיינעם טייל פון די משתתפי הנסיעה. אויפן עראפלאן האט מען געדאווענט מעריב. אונטערוועגנס איז פארטיילט געווארן פאר די מיטרייזענדע די נייע בוך 'פניני קראקא' וואס איז ערשינען צום יעצטיגן נסיעה. די רעדע איז פון א מאנומענטאלן ביכל, געווידמעט איבער די שטאט קראקא, אין וועלכע עס ווערט פארעפענטליכט פרישע צענדליגע בילדער פון גדולי תלמידי וחסידי באבוב אין קראקא, באגלייט מיט ביאגראפישע שטריכן און פילע אינטערעסאנטע חידושים, א ביכל וואס האט געגעבן די משתתפים א שטיקל געפיל איבער דעם פארצייטישן קראקא און אירע באבובער חסידים.


מאנטאג פארמיטאג, אום עלף אזייגער, איז מען אנגעקומען קיין רישא, וואו די רבי שליט"א האט זיך געשטעלט דאווענען אינאיינעם מיט'ן ציבור, אין א ספעציעל אפגעזונדערטן זאַל אין לופטפעלד.  

 

די משתתפי הנסיעה וועלכע זענען אנגעקומען גרופענווייז אין עטליכע פוילישע לופטפעלדער, זענען אלע אנטפאנגען געווארן אין לופטפעלד מיט פאסיגע כבוד און צוגעפירט געווארן מיט באקוועמע טראנספארטאציע קיין ליזענסק וואו זיי האבן געהאט א געלעגנהייט זיך איבערצופרישן פון די לאנגע רייזע, גיין אין מקוה און זיך אראפלייגן אין פריוואטע צימערן וואס זענען געווען שיין צוגעשטעלט. א ברייטע מיטאג איז געווען אנגעגרייט להשביע נפש כל חי מכל מיני מעדנים ומטעמים.


איידער'ן ארויפגיין צום ציון הק' פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע האט די רבי משמיע געווען דברי הכנה דרבה און דערנאך האבן אלע אינאיינעם געזאגט, מיט שטורעמישע התעוררות, דעם תפלה קודם התפלה פון הרה"ק ר' אלימלך זי"ע.


דאן האט מען משלים געווען קריאת התורה פון שחרית און די רבי האט גומל געבענטשט. אונטערוועגנס צום ציון האט די רבי שליט''א זיך אפגעשטעלט ביים כהנים שטיבל און אפגענומען קוויטלעך פון די כהנים העומדים בעזרה און פון דארט איז דער רבי שליט"א אריין אין אהל הקדוש.


דאס התעוררות ביים זאגן די ח"י פרקי תהלים איז געווען אין לשער און די תפלות האבן זיך געריסן עד לב השמים. נאכ'ן תהלים זאגן האט די רבי מרעיש עולמות געווען להיפקד בישועה ורחמים למען הכלל והפרט.


זייענדיג אין אזא הייליגע השראה פון התעוררות רחמים האט די רבי מכבד געווען צו זינגען דעם ניגון 'מרן די בשמיא' און זיך דערנאך משתטח געווען אויפ'ן קבר אין משך פון א לענגערע צייט.


דאן זענען די משתתפים אריבער איינציגווייז לפני הקודש איבערצוגעבן קוויטלעך. אין לויף פון עטליכע שעה איז די רבי געזעסן ביים ציון הק' און בדביקות עילאה געליינט קוויטלעך בפרטיות.


פארלאזנדיג דעם אהל הק' איז די רבי פארבעטן געווארן דורך הרה''צ ר' דניאל רוקח שליט"א האדמו"ר מליזענסק צו קומען אנקלאפן א מזוזה אין דעם נייעם בנין הכנסת אורחים אין ליזענסק, וועלכע איז לעצטענס אויפגעשטעלט געווארן אויפ'ן ארט ווי ס'איז אמאל געשטאנען דאס הויף פון צדיקי בית ליזענסק לדורותיהם.



Comments


bottom of page