top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער תושבי לאנדאן ווארימען זיך שבת קודש בצל כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א

מאנטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


יהדות לאנדאן איז נאכאלץ אינטערן טיפן רישומא דקדושה נאך דעם געהויבענעם שבת קודש פרשת חיי שרה העעל"ט בצל כ''ק אדמו''ר מקרעטשניף סיגעט שליט''א, וואס איז געפראוועט געווארן אין סטעמפארד היל לאנדאן.


דער רבי שליט''א איז ארויסגעפארן קיין ענגלאנד נאכן וויילן אויף א בליץ באזוך אין ניו יארק צום חתונה בבית יד ימינו הרה''ג ר' יואל ארי' שטערן שליט''א בן הגה''צ ר''י תורת חסד זצ''ל וחתן הגה''צ אדמו''ר מדאמבראווא מאנסי שליט''א עב''ג בת הרה''ג ר' יואל פריעדמאן שליט''א בן הגה''צ דומ''ץ סאטמאר ב''פ שליט''א וחתן הגה''צ דומ''ץ מונקאטש שליט''א, וואס איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג ג' וירא. און איז ערשינען אין קענווי איילענד לקראת שבת וירא העעל"ט און געפראוועט א הערליכער שבת מיט די ארטיגע תושבי העיר. דינסטאג חיי שרה איז דער רבי שליט''א אריבערגעפארן קיין סטעמפארד היל, די אכסני' איז געווען בבית הרה''ח הנגיד ר' משה בונם קרויס הי''ו ראה''ק נחלי אמונה קרעטשניף לאנדאן.


במשך די טעג איז די אכסני' געווארן א בית וועד לחכמים, ווי רבני העיר שליט''א און תושבי העיר האבן אויסגענוצט די געלעגענהייט לברך ולהתברך בקו''פ, צווישן זיי הגה''צ ר' יוסף וויינבערגער שליט''א רב תפארת ישראל, און כ''ק אדמו''ר מוויזניץ לאנדאן שליט''א. א שיינע צאל געסט פון מאנטשעסטער און נאך געגענטער אין ענגלאנד, און אויך פון ניו יארק, זענען געקומען צו פארן מיטצוהאלטן דעם שב''ק. ביידע בתי מדרשים: נחלי אמונה קרעטשניף און עבודת צבי קרעטשניף זענען געווען געשפארט אויף שב''ק און כולם כאחד זענען געקומען מיטהאלטן די ווארימע תפילות און לעכטיגע טישן.


ארייקומענדיג צום דאווענען ליל שב''ק האט זיך אנטפלעקט א הערליך בילד, מסלתה ומשמנה פון די היימישע עולם האבן איבערגעפילט דעם זאל "פרדס וויזניץ" עד אפס מקום, דער רבי שליט''א איז צוגעגאנגען צום עמוד תפילת מנחה בנוסח המקובל בקול חוצב להבות אש, און דערנאך קבלת שבת, ביי בואו בשלום האט מען געזעהן אידן הייבן אויף די קינדער ווייזן די עבודת הקודש פון רבי'ן שליט''א. דער גאנצער ציבור זקנים ונערים האבן מיטגעדאוונט הויעך אויפן קול אויפן קרעטשניפן נוסח, עס האט זיך אנגעזעהן במשך דער גאנצער שבת דאס וואס אין לאנדאן קען דער עולם גוט די נוסח, א דאנק די כוחות וואס הרה''ק מקרעטשניף זצ''ל האט אריינגעלייגט אין די שטאט לאנגע יארן, האט אצינד ארויסגעשיינט מיט אלע פארבן. ובפרט דאס קשר אמיץ מיט ישיבת תורת חסד ווי דער רבי זצ''ל האט שטענדיג געוויילט און געפראוועט שבתים מיט די בחורי חמד, און אריינגעלייגט אסאך כוחות אין אריינגעבן תורה וחסידות, און דער רבי שליט''א איז דאס ווייטער ממשיך אויף דעם דרך מיט די לעכטיגע עבודה אין די הייליגע שבתים.


א ריזן ציבור בעה''ב ואברכים און בחורי חמד האבן זיך געווייקט א גאנץ שב''ק, בפרט האבן ארויסגעשיינט די תלמידי ישיבות: תורת חסד, היטשין, מתיבתא און נאך, ולא אמר אדם צר לי המקום. בפרט ליל שב''ק ביים עריכת השולחן, איז געווען א מאסן שטראם פון אלע קרייזן. טראץ וואס די עסקני השבת האבן צוגעגרייט דאס מאקסימום ערטער מיט פארענטשעס פון אלע זייטן, האט מען נישט געקענט אקאמאדירן די הונדערטער וואס האבן געשטראמט דורכאויס ליל שב''ק פון אלע זייטן שטאט. דער טיש איז געווען איין קייט פון קדושת השבת אנגעפאנגען פון די קידוש מיט התעוררות, און אזוי ווייטער אלע זמירות ותשבחות און פייערדיגע ריקודין, דב''ק, פירות טיש, און סיפורי צדיקים, ביז נאך פיר אזייגער פארטאגס, ווען מען האט באגלייט דעם רבי'ן שליט''א בשירה וזמרה ביזן אכסני'.


עס האבן באשיינט ביים טיש חשובי רבני ואדמור''י העיר שליט''א, צווישן זיי הגה''צ ר' משה מנחם ווייס שליט''א אבד''ק סאטמאר לאנדאן, האדמו''ר מסטאניסלאוו שליט''א, הגה''צ אבד''ק פשעווארסק שליט''א, הגה''צ ר' לייבל כהנא שליט''א דומ''ץ עבודת צבי, הרה''ג ר' מענדל טאגער שליט''א מרבני קרעטשניף לאנדאן, הרה''ג ר' ברוך חנא גרינפעלד שליט''א אב''ד באבוב 45, אב''ד וויניץ שליט''א, דומ''ץ נייטרא שליט''א, הרה''ג ר' בעריש מייזליש שליט''א מווייצען, הרה''ג ר' לייבוש לייפער שליט''א מזלאטשוב, הרה''ג ר' שמעון יוסף שטערן שליט''א ר''י אור החיים, הרה''ג ר' דוד משה שטערן שליט''א ר''י אור תורה היטשין, הרה''ג ר' משה יצחק לונצער שליט''א ר''י מתיבתא און נאך.


תפילת שחרית איז ווייטער געווען מיט גרויס ווארימקייט, צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה''ח ר' ישראל לעוו הי''ו, דער רבי שליט''א האט פארגעדאוונט פון נשמת מיט גרויס ברען, הכול יודיך און קל אדון פסוק בפסוק האט אפגעהילכט גאר ווייט מיטן עולם אינאיינעם. צו חזרת הש''ץ און מפטיר איז מכובד געווארן הרה''ג ר' יואל ארי' שטערן שליט''א פון מאנסי, לקראת די יארצייט פון זיין טאטן הגה''צ ר' אברהם שמואל שטערן זצ''ל ראש ישיבת תורת חסד וואס איז געפאלן די פארגאנגענע וואך, מיט די עליות זענען פארקויפט געווארן און מכובד געווארן פאר די נגידים ותומכים וחשובי העדה, ווי אויך פאר די עסקני השבת בראש פון הר''ר געציל פרענקל הי''ו און הר''ר אלי' דוד קרויס הי''ו, וועלכע האבן מיט גרויס געטריישאפט אהערגעשטעלט דעם שבת מיט געניטשאפט.


דער קידוש האט דער רבי שליט''א געפראוועט מיט גרויס התרוממות וחדווה, מיט ניגוני דביקות ושמחה לכבוד שב''ק און לרגל הולדת הנין ביים רבין שלי''א אייניקל ביי חתנו הרה''צ ר' חיים מאיר שנעעבאלג שליט''א מסטערעליסק. נאך קידושא רבה איז דער רבי שליט''א באגלייט געווארן מיט געזאנג לביתו פון הרה''ח הנגיד ר' ברוך בנציון ראטה הי''ו ראה''ק דקהל סטראזניץ ווי עס איז פארגעקומען די סעודת עתיקא קדישא אינאיינעם מיט די חשובע געסט. מען האט געהערט שיינע סיפורים לרגל די יארצייט פון הרה''ק ר' יענקעלע מפשעווארסק זצוק''ל, דערציילט דורך פה מפיק מרגליות הרה''ח ר' אברהם יעקב לאנדא הי''ו.


נאך א קורצע הפסקה האט מען געדאוונט מנחה, ביי די פלאמפייערדיגע דב"ק פון רבי'ן שליט''א בעת רעווא דרעווין האט דער רבי שליט''א מאריך געווען איבער די מצב אין ארה''ק, במשנתו פון הייליגן טאטן הרה''ק מקרעטשניף זצ''ל וועלכער איז געווען דבוק כל ימיו אין הרה''ק מסאטמאר זצוק"ל ובמשנתו, איבער די צער השכינה פון צרות ישרא-ל, און שארפע רייד אנקעגן די רשעי הציונים וואס האבן גורם געווען די ביטערע אומגליקן, און דער חיוב פון חיזוק פאר די מוסדות עטה''ק אין די טעג, איז געווען כמים קרים על נפש עייפה און איז דאס געשפרעך פון יהדות הנאמנה אין לאנדאן. באזונדער האט דער רבי שליט''א דערמאנט לשבח דעם ווארימער חסידישער ציבור אין די שטאט לאנדאן, ווי מר אביו הרה''ק מקרעטשניף זצ''ל האט געהאט במשך די יארן א געוואלדיגע התקשרות מיטן עולם, און איז קאי וקיים ביזן היינטיגן טאג ווען מען פועל'ט ישועות בזכותו הגדול.


מל''מ איז געפראוועט געווארן אויף א רייכן פארנעם בבית האכסני' הרה''ח ר' משה בונם קרויס שליט''א, ווי מען האט געהערט סיפורי הילולא דצדיקיא ובפרט פון הרה''ק מפשעווארסק זצוק''ל פון עטליכע מגידים צווישן זיי פון הרה''ח החשוב ר' שלמה הערש בערגער הי''ו און נאך. דער רבי שליט''א האט פארטיילט קנאבל כנהוג נאך ברכת המזון.


מאנטאג האט דער רבי שליט''א געדאוונט בהיכל ישיבת תורת חסד אין לאנדאן, נאכן דאווענען איז געפראוועט געווארן א שיינער מסיבת לחיים, און די תלמידים האבן געהאט די זכי' צו הערן דברי הדרכה פון רבי'ן שליט''א. אויפדערנאכט איז געווען א הערליכער סעודת ראש חודש בבית הרה''ח ר' ברוך בנציון ראטה הי''ו, אינאיינעם מיט די נגידי ותומכים לבית קרעטשניף. און דער רבי שליט''א האט אויפגענומען דעם ציבור בפיתקא טבא ביז 2 אויפדערנאכט.


דינסטאג תולדות האט דער רבי שליט''א פארלאזט עיר הבירה לאנדאן אויפן וועג אהיים לביתו נאווה קודש אין ירושלים עיה''ק, איבערלאזנדיג פילע הויפענעס השפעות עד בלי די, און דער באזוך ובפרט דער דערהויבענער שבת וועט פארבלייבן אין די ביינער ימים רבים.





















Comments


bottom of page