top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טיהר את עיר קערעסטיר - על משמרת הקודש: היסטארישע גרינדונג פון "ועד רבני עיר קערעסטיר"

מאנטאג פ' קדושים • כ"ח ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין א היסטארישע שריט אין די פאראויסמארשירנדע אנטוויקלונגען אין דער שטאט קערעסטיר איז אין די לעצטערע טעג געגרינדעט געווארן א פולשטענדיגער "ועד הרבנים" לעמוד על המשמרת ועל הפקודים אנצופירן די רוחניות'דיגע הנהגה פונעם הייליגן שטאט קערעסטיר, מקום מנוחת קדשו פונעם צדיק הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע.


ווי ברייט באקאנט איז דער שטאט "קערעסטיר" היינט א "תל תלפיות" פאר רבבות מישראל פון איבער דער גארער וועלט - נישט בלויז אין די הילולא קדישא, וואו ס'שפילט זיך אפ מדי שנה בשנה דער סאמע גרעסטער צונויפפאר פון אידישע קינדער אין אייראפע, נאר אויך במשך דעם גאנצן יאר, ווען ״קערעסטיר״ דינט אלס צי-קראפט פאר אלופי אלפי ישראל.


דאס האט געברענגט דערצו אז די ווירטשאפט פיבערט דארט אומאויפהערליך דורכאויס דעם גאנצן יאר, יעדן איינציגן יאר אן אפשטעל. די מאסיווע אפעראציע פון אנפירן מיט די מילי דמתא, דער ציון הקדוש, רבי ישעי׳לעס הויז, רבי ישעי'לעס קאך, די מקוה מפוארה, די הכנסת אורחים, און אלע פעולות האדירות וואס גייען אן דורכאויס דעם גאנצן יאר, איז כהיום א ריזן מאסיווע אונטערנעמונג, וואס פיגורירט ארום דעם גאנצן קאלענדאר 24 שעה אין טאג.


מיט אזא מאסיווע אפּאראט וואס פיבערט דארט אין שטאט, האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס׳פאדערט זיך קריטיש וויכטיג אז ס׳זאל אראפּגעשטעלט ווערן א פערמאנענטע רוחניות'דיגע ערנסטע הנהגה והדרכה וואס זאל האלטן אַן עינא פּקיחא על כל הנעשה, אויף אלע תהלוכות העיר בכלל ובפרט.


אט דערפאר איז עס א שמחה גדולה ומרנינה, א בשורה טובה תדשן עצם, פאר די רבבות ישראל וואס קומען אויף קערעסטיר צו די הילולא קדישא ובמשך כל ימי השנה, אז א נייע גאלדענע תקופה טוט אריינטרעטן אין דער הייליגער שטעטעלע, ווען אין די לעצטערע טעג איז נתייסד געווארן דער פערמאנענטער רבני׳שער כח ההנהגה פון דער שטאט קערעסטיר וואס וועט אי״ה עומד זיין על משמרת הקודש בכל עניני העיר מיט׳ן פולקאמען תורה׳דיגן אחריות על כל הנעשה.


דער ועד הרבנים באַשטייט פון הרבנים הגאונים הצדיקים שליט״א, אייניקלעך וממשיכים בדרכיו פון הייליגן צדיק הרה״ק רבי ישעי׳לע זי״ע, וועלכע זענען צוגעבונדן בקשר אמיץ לזקינם הקדוש ולשמו ולזכרו תאוות נפשם כל הימים: ה״ה כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א, הגה"צ רבי יצחק חיים זעלטענרייך שליט"א אדמו"ר מטשאקאווע קערעסטיר; הגה"צ גאב"ד אדווארי שליט"א; הגה"צ רבי אברהם צבי הלוי וואזנער שליט"א אבד"ק סאטמאר מאנסי; הגה"צ רבי ישעי' רובין שליט"א - אבד"ק קערעסטיר; און הרב אלי' גרויס שליט״א וואס איז נתמנ געוארן אלס דער מוליך ומביא פאר הרבנים הגאונים הצדיקים שליט״א בכל עניני דמתא.


אצינד לקראת די הילולא קדישא איז פארגעקומען א גרעסערע אסיפה, וואו די רבנים הגאונים שליט״א זענען זיך צונויפגעקומען תחת קורת גג אחד און א לענגערע צייט דן געווען איבער אלע עניני ההילולא קדישא, אויסשמועסנדיג כל דבר ודבר על אופנו, און באהאנדלט כמה שאלות אויפ׳ן סדר היום, וואו ס׳פאדערט זיך א הדרכה לדעת כדת מה לעשות.


די ראשי העיר, די עסקנים נכדי הצדיק, האבן פארגעלייגט די פּלענער, און די רבנים שליט״א האבן אויסגעהערט אלע פרטים און דן געווען אויף כמה וכמה ענינים וואס איז נוגע כשרות, עירובין, כשרות המקוואות, קדושת העיר, עשה כמה תיקונים, בנוגע די גדרי הצניעות, צו מאכן זיכער אז אלעס איז בעז״ה אוועקגעשטעלט אויפ׳ן העכסטן פארנעם, סיי מיד אויפ׳ן גרויסן יארצייט די הילולא קדישא, וואס געפאלט אויס היי-יאר אום שבת קודש וואס דאס פאדערט זעלבסט פארשידענע הוראות ויסודות אנדערש ווי אלע יארן, און סיי אויף לדורות, וויאזוי זאכן זאלן זיך פירן כראוי וכיאות.


דער ועד הרבנים וועט אי״ה כסדר זיצן אויף גרעסערע און קלענערע אסיפות, יעדע שטיק צייט, אדורכצוגיין אלע תהלוכות העיר, אַלע אַנטוויקלונגען, סיי בהנהגת העיר און סיי מיט די אלע אויפקומענדע הרחבת גבולי הקדושה, ומתקנין את הדרכים, אַלעס וואס ווערט צוגעשטעלט זאל צוגיין אונטער די הדרכה ודעת תורה, על כל צעד ושעל, אוועקצושטעלן און הייבן דעם כח קדושת העיר אויפ׳ן העכסטן פארנעם, אז די רבבות ישראל זאלן זיך קענען אויסבעטן רחמים וחסדים מיט א געהויבנקייט בקדושה ובטהרה, ואחרי כן יקרא לך עיר הצדק קרי׳ נאמנה!






Comments


bottom of page