דינסטאג פ' במדבר - כ"ה אייר תשפ"ג | קול בחצרות
חַם לִבִּי בְּקִרְבִּי בַּהֲגִיגִי תִבְעַר אֵשׁ
אט דער הייליגע און פייערליכע געפיל האט ארומגענומען אלע חשוב'ע גבאי קודש שיחיו פון די מסורה'דיגע צדקה וואס איז מסוגל לישועות, כולל חבת ירושלים לצדקת ר' מאיר בעל הנס, וועלכע האבן זיך משתתף געווען ביים גרויסן כינוס גבאי קודש – אלס הכנה צום גרויסע'ן דיננער השנתי, דעם פארגאנגענעם ליל שישי בהר בחוקותי אין בית אסתר זאל אין ב"פ, ווי די הערצער זענען אויפגעפלאקערט געווארן מיט ריכטיגע דברי הכנה צו עוסק זיין מיט די הייליגע מצוה פון צדקת רבי מאיר בעל הנס.
די מעמד איז טאקע געווען א קורצע שעה, אין די נאכט שעות, אבער די הערצער זענען אויפגעלאכטן געווארן מיט התרגשות און התרוממות וואס קאכט נאך אין די הערצער, צו טוען און מאכן אנדערע טוען למען כולל חבת ירושלים, לטובת אונזער ברידער אין ארצנו הקדושה.
די מעמד איז באשיינט געווארן מיט א הערליכע אויבנאן פון רבנים חשובים און די רבני חברי נשיאות הכולל צווישן זיי הגאוה"צ ר' שלו' פסח לאנגסאם דומ"ץ בעלזא מחברי הנשיאות, ר' שלו' יצחק טויבער סגן דומ"ץ באבוב, ר' דוד שלמה יונגערייז אב"ד מנוחת אשר ראוועי, אב"ד צאנז מאנסי, ר' מרדכי שיף, און די מנהל הכולל אדמו"ר מדאמבראווא און ר' יחיאל קויפמאן אב"ד אנשי ספרד, און נאך פיל.
נאך א קורצע הקדמה פון הרה"ח ר' עקיבא מיללער מצעירי חברי הוועד וואס האט ארויסגעברענגט די מורא'דיגע פאקט אז לאור די אויסטערלישע הצלחה ביים דיננער פאראיאר בעזהשי"ת האט מען היי יאר געשיקט קיין ארץ ישראל מיט גאנצע פופצען פראצענט מער ווי פריער, האבן די באטייליגטע ביי דעם מעמד געהאט די כבוד צו הערן די דבר הקופה פון די מנהל הכולל הגה"צ אבד"ק דאמבראווא שליט"א וועלכע האט במתק לשונו דערציילט איבער דאס גרויסע חשיבות פון די כולל און בפרט די גבאי קודש וואס אדאנק זיי קען צען כסדר שיקן די ריזיגע געלטער, און איבערגעגעבן די חשוב'ע פעולות וואס ווערט געטון אויפצורעכטן אונזערע ברודער אין א"י.
דערנאך האט מען געהערט די פלאם פייערדיגע משא המעמד פון די פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' מרדכי שיף שליט"א וואס האט כדרכו בקודש אויפגעפלאמט די הערצער און אינטערגעצינדען דאס פייער וואס האט זיך צושפרייט ביי אלע באטייליגטע מיט זיין קאך און ברען ארויסברענגענדיג דאס חשיבות וואס מ'האט מ'איז א 'גבאי קודש פון חבת ירושלים' און וואס דעם הייליגע און חשובע אויפגאבע האט געמיינט בימי קדם.
רבי מרדכי האט אויסגעשריגן אז עס דארף קאכן אין יעדעם איינעם אין די בלוט אז די דיננער, וואס מיט דעם ציעט מען ווייטער 'די גאלדענע קייט' פון אונזער רבי'ס און אבות, 'מוז' ווערן געקרוינט מיט א אויסטערלישן הצלחה, סיי מיט די מאסן באטייליגטע און סיי מיט נתינות, למען כבוד הצדקה וכבוד פון אונזער רבי'ס זצוק"ל.
און האט אויך שטארק דערמאנט און פארציילט איבער די אויסטערלישטע ישועות וואס די צדיקי הדורות פלעגן פועל'ן ביי דעם פושקע, און זייער געוואלדיגע אמונה אין דעם.
די הייליגע מיליטער פון גבאי קודש ממשיכי המסורה, זענען ארויס פונעם אסיפה אנגעווארעמט מיט א אש קודש צו טוען און אויפצוטוען פאר דעם הייליגע צוועק און פרעזענליך איינלאדענען דעם עולם צום גרויסארטיגע הערליכע דיננער הממשמש ובא אי"ה דעם קומענדיגע מאנטאג נשא א' ב' סיון אין די גרויסע בעלזא זאל אויף זיבן און דרייסאגסטע גאס אין ב"פ ווי עס וועט זיין צוגעשטעלט א הערליכע פראגראם מיט געסט פון א"י מהנה צו זיין דעם עולם, ווי מען וועט איינוועגס אויך איינהאנדלען ישועות בכל הענינים דורכ'ן שטיצן ברוח נדיבה דעם הייליגע פושקע.
אלקא דמאיר עננו.
留言