כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועט אפרעכטן דעם עריכת השולחן און מ'וועט עס קענען מיטהאלטן דורך 'מראות הקודש'. לויט די הוראה פון 'וועד הרבנים לעניני תקשורת דחסידי בעלזא' איז נישט ערלויבט מיטצוהאלטן אין פריוואטע שטובער בלויז אין בתי מדרשים אדער ישיבות. כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט אפרעכטן דעם עריכת השולחן 8:15 אין היכל רינה תפלה, און עס וועט ווערן מיטגעהאלטן דורכ'ן טעלעפאן. נאך מעריב וועט פארקומען די 'גורל הש"ס' כנהוג. כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א וועט אנצינדען די הדלקה 7:15 און דערנאך אפרעכטן דעם עריכת השולחן - בבית מדרשו אויף די אכצענטע עוועניו אין בארא פארק. כ"ק אדמו"ר מויזניץ-מאנסי שליט"א וועט אפרעכטן דעם עריכת השולחן - 4:00 אויפן טעלעפאן. כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-קיימישא שליט"א - 6:15
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-וומסב"ג - 11:15 צופרי כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א פון 48 וועט אויפרעטן מיט דברות קודש 4 אזייגער נאכמיטאג.
כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט צום ערשטן מאל אפרעכטן א טיש וועט פירן אין ביהמ"ד הישן מיט די באטיילעגונג פון אלע אייניקלעך פון אביו הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל. היינט 2 נאכמיטאג לכבוד לג' בעומר.
היינט קומט פאהר סיום 'סדר מועד' וועלכע איז געלערנט געווארן אין ראם פון חבורת 'יסודי התורה' פון קהלת סאטמאר-מהר"א - עס וועט אפגעהאלטן ווערן אויפן טעלעפאן און דער רבי שליט"א וועט אויפטרעטן מיט דברות קודש.
היינט קומט פאהר סיום 'מסכת עירובין' וועלכע איז געלערנט געווארן אין ראם פון חבורת 'הם חיינו' פון קהלת באבוב-45 - עס וועט אפגעהאלטן ווערן אויפן טעלעפאן ווי דער רבי שליט"א וועט אויפטרעטן מיט דב"ק.
היינט קומט פאהר די יערליכע דינער לטובת מוסדות ייטב לב סאטמאר-מהרי"י בארה"ק - עס וועט אפגעהאלטן ווערן אויפן טעלעפאן און דער רבי שליט"א וועט אויפטרעטן מיט דברות קודש.
היינט ביינאכט לד' בעומר ווערט אפגעצייכענט די 'יום הצלה והשוחרור' פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל - די קינדער כ"ק האדמורי"ם לבית וויזניץ שליט"א וועלן אפרעכטן די סעודות הודאות.
שמחת בית מאחנובקא-בעלזא: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאחנובקא-בעלזא שליט"א בן לחתנו הרב אהרן טווערסקי שליט"א בן הגה"צ אב"ד ראחמיסטריווקא-ירושלים עבג בת הגה"צ ר' דוד צבי שנייבאלג שליט"א דומ"ץ ויזניץ-י-ם חתן כ"ק אדמו"ר מדעעש-ים זצ"ל.
שמחת בית מאקאווא: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון הכלה אייניקל ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א בת לבנו הרב פייבוש לעמבערגער שליט"א חתן הרב משה אשרי שליט"א חתן הרה"ק בעל עטרת משה ממאקאווא זצ"ל.
Comments