top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד אדיר "הנחת אבן הפּינה" פאר בית מדרשו של חו"פ הרה"צ רבי מרדכי שטיינער אפגעראכטן במעמד קהל ועדה

מיטוואך פ' ראה - כ"ב אב תשפ"ג | קול בחצרות


מיט א התרגשות דקדושה איז דעם פארלאפענעם זונטאג פ' ראה אפגעראכטן געווארן דער מעמד "הנחת אבן הפינה" אין שטאט מאנסי, צו גיסן די יסודות אויפ'ן שטח הבנוי' אויפצובויען א בית המדרש מפואר "קהל בית מרדכי" בנשיאות האי גאון וצדיק חו"פ הרה"צ רבי מרדכי שטיינער שליט"א מגדולי הרבנים אין שטאט מאנסי. דער מעמד איז געוועהן מיט די באטייליגונג פון א גרויסן ציבור תושבי העיר און פון אלע געגנטער ארום, ובראשם האט זיך אנגעזען א הערליכער אויבנאן בראש המסובין אין שפּיץ פון חשובי רבני העיר, ראשי ישיבות, וגדולי האדמורי"ם, וחשובי פני העדה פון שטאט מאנסי. צום באשטימטן צייט אין די אוונט שעה'ן האט זיך א נגעפילט דער ספעציעלן אויפגעשטעלטן שאטער אויפן שטח הבנוי'.


ביים מעמד איז געווען א ספעציעלן דעזיגנירטן ארט, א מקום חשוב פאר די נדיבי בית הרב ובונים ומקימים בית מדרשו של רבי, די וועלכע לאזן זיך קאסטן מיט גרעסערע סכומים הגונים אז מ'זאל בעז"ה קענען אויפבויען דער הייליג מקום. דער מעמד איז געווארן א נגעפירט דורכ'ן באקאנטער טשעירמאן הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש שליט"א, מחשובי תושבי העיר מאנסי, וועלכער האט די זכי' צו זיין נאענט מיט'ן רב שליט"א וקהלתו הקדושה. פון די הויכפונקטן ביים מעמד איז געווען ווען מ'האט געהאט די געלגנהייט צו הערן פאסיגע דברים כדרבונות דער דבר העיר דורך הגה"צ רבי חיים פייוול שנעבאלג שליט’’א אב"ד קהל אברכים, וועלכער האט מיט זיין פה מפיק מרגליות א רויסגעהויבן וואס אזא צוזאמקום מיינט פאר כלל ישראל, שטייענדיג אינעם זמן נאכ'ן קלאגן אויפ'ן חורבן הבית, און ארויסגעהויבן דער עצם החשיבות און זעלטענער זכי' וואס מ'האט א צינד ווען מ'שטעלט די הייליגע יסודות וואס גייט אנהאלטן אזויפיל יראי השם זיך צו האלטן הייליג און א פגעהיטן לעבוד את בוראו בדחילו ורחימו. ווי אויך האט מען געהערט שטארקע ווערטער פון איינע פון די מייסדי הביהמ''ד הרה''ח ר' מרדכי גרין הי''ו וועלכע האט גערעדט בשם די קרן הבנין אין די זיך באדאנקט פאר אלע וואס ארבעטן מיט מסירות נפש א גאנץ יאר אין בפרט די לעצטע תקופה להרחיב גבולי הקדושה.


דער סאמע הויכפונקט ביים מעמד, איז געוויס געווען דער מעמד "בוקע רקיעים" ווען איידער'ן צוטרעטן צום קלימאקס צו גיסן די גרונד-שטיין פאר'ן בית גדול לאלוקים, האט מען א פגעראכטן די מעמד בקשת רחמים ווען שטייענדיג ביי אזא הייליג מעמד נשגב ווען מ'בויעט אןיף א בית המקדש מעט, נאכדערצו זיך געפינענדיג אין די טעג וואס מ'גרייט זיך א ריינצוטרעטן בימי הרחמים והרצון, האט מען געזאגט פאסיגע און מסוגל'דיגע תפלות און פסוקי תהילים צו מעורר זיין רחמים וחסדים ביים מלך קל רם ונשא. דאן האט מען ארויפגערופן הרבני הנכבד הרה"ח ר' ישראל דוב גאלדבערגער שליט"א פון קרית יואל, בונה ומקים עלמות של תורה וטהרה, וועלכער האט אויפ'ן פלאץ מיטהאלטנדיג דעם מעמד געגעבן אפאנטאסטישע נדבה צו א פקויפן דעם שם המקוה 'מקוה ישראל דוב' פונעם נייעם בית המדרש. ספאנטאן נאכן הערן אזא בשורה מרנינה, האט דער גאנצער עולם א רויסגעגאנגען אין א פייערדיגן ריקוד אויף די ווערטער "אמר רבי עקיבא אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרין".


איידער מ'האט צוגעטרעטן צום קלימאקס צו גיסן די הייליגע יסודות האיתנים פאר'ן ביהמ"ד, האט מען געהאט די זכי' צו הערן פאסיגע קורצע דיבורי קודש פונעם רב שליט"א, וועלכער האט מיט געמאסטענע ווערטער א רויסגערעדט מלבו הטהור וואס דאס באדייט צו גיסן די יסודות פאר א בית המקדש מעט, און דערנאך משפיע געווען ברכות און השפעות פאר אלע נדיבי הבית, און משתתפי המעמד. מלא התרגשות איז געווען דער מינוט ווען מ'האט צוגעטרעטן צום זמן המסוגל, ווען מ'האט אין א מזל'דיגער שעה געלייגט דער ערשטער גרונד-שטיין אויף דער מקום בית אלוקינו, און זיך גלייך דערנאך אַ רויסגעלאזט אין פייערדיגע געהויבענע ריקודין, אפצוגעבן א שבח והודי' להקב"ה אז מ'האלט שוין דא נאכ'ן א ריבערגיין א זויפיל שוועריקייטן, און מ'האט די זכי' מיטצולעבן ווען מ'גיסט די יסודות אויפ'ן הייליג מקום, אשר משם תצא תורה ועבודה לכל בית ישראל!.











Comments


bottom of page