top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן צוזאמקום ביים רייכן דיננער 'גאלדענע קייט' לטובת כולל חיבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס

מיטוואך פ' נשא - י"א סיון תשפ"ג | קול בחצרות


פארגאנגענע מאנטאג אווענט האט בארא פארק געזען א חידוש שבחידושים, ווען א מאסן ריזן ציבור פון אלע שיכטן און קרייזן האבן זיך צוזאמגענומען מיט אן אש קודש, מיט א פאראייניגטע ציל, צו שטיצן די בארימטע כולל וואס פקיעי שמי' בכל הארץ מיט אירע גרויסע חלוקות און שטיצע בכל עת ועידן פאר די נצרכים אונזערע ברודער תושבי ארצנו הקדושה.


די צענלדיגער באסעס וואס האבן אויפגענומען אידן פון אלע זייטן בארא פארק זענען אנגעקומען איינס נאכן צווייען אנגעפילט מיט אידישע הערצער וועלכע קומען בלויז פאר דעם איינעם מטרה, מחזק צו זיין די הייליגע פישקע און זיך איינוועגס איינהאנדלען ישעועת בכל הענינים.


די פולע משתתפים האבן אריינשפאצירט אינעם גיגאנטישן אולם החדש (בעלזא) נישט קענענדיג זיך אפזעטיגן פונעם הערליכע רייכן צוגערישטע זאל, אנגעגרייט פראכפול און מלכות'דיג, ווי עס פאסט פאר אזא הייליגע וויכטיגע מסיבה.


דורכאויס די נאכט האבן מהנה געווען בשירה וזמרה די בעסטע און טאלאנטפולע מנגנים אין אונזער היימישע קרייזן, אנגעהויבן פונעם יושב ראש הרב וועלוול פעלדמאן וועלכע האבן אנגעפירט מיט די נאכט במתק לשונו ווי אייביג,


אזוי אויך הרב ישראל אדלער מארצה"ק וועלכע האט מיט זיין גאלדענע שטימע זיך געלאזט הערן מיט'ן שענסטן גלאנץ קולו בהדר ועוז, אינאיינעם מיט די ילד הפלא יהודה זילביגער מיט זיין זיסע שטימע, און די שירה קאפעליע וועלכע האבן געזינגען און מהנה געווען דורכאויס די גאנצע נאכט.


די שענסטע און רייכסטע מאמענטן פונעם נאכט זענען אבער פארגעקומען אויפן אויבנאן, וועלכע איז געווען אויפגעבויעט בכפליים, א דאפעלטע, מיט הערליכע מלכות'דיגע אויסשטעלונגען ווי עס פאסט פאר כבוד התורה והנשיאות, ווען די ראשי עם האבן עס באשיינט בכבודם הרמה און דערביי ארויסגעוויזן זייער שטארקע חביבות און הערצה צום הייליגן מסורה'דיגן פישקע.


די הויעכפונקטן זענען טאקע געווען ווען די שני נשיאי העדה, כ"ק מרן האדמורי"ם מבאבוב און צאנז קלויזענבורג שליט"א נשיאי הכולל, זענען ערשינען אין זאל בהוד והדר און מיטגעהאלטן א גרויסע חלק פונעם דיננער יחד שבטי ישראל. דורכאויס זייער השתתפות האבן זיך אנטוויקלט צווישען די נשיאי העדה ידידות'דיגע שמועסן בחשיבות הצדקה און נאך.


טראץ די העכער טויזנט זיץ פלעצער און גרויסע שטאב פון עסקנים וועלכע האבן אויפגענומען די גרויסע ציבור איז אבער געקומען א מאמענט ווען די זאל איז איבערגעפילט געווארן און מיט אלע הוספות מיט פרישע טישן און צענדליגער בענקלעך זענען הונדעטער אידן געצווינגען געווארן צו שטיין און מיטהאלטן פון די דריי זייטן צוליב די רבוי העם. אבער, עס האט קיינער נישט געזאגט צר לי המקום שהנני עומדים בו פארשטייענדיג די חשיבות פונעם נאכט און די התקשרות צום הייליגן פושקע.


אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרויטן די פה מפיק מרגליות הרה"ג אברהם מרדכי מלאך שליט"א, וועלכע האט כדרכי בקודש באצויבערט די צוהערער פאר לענגערע מינוטען און ארויסגעברענגט די גרויסע חשיבות און סגולה פונעם הייליגע'ן פושקע וואס ציעט זיך שוין יארן לאנג מדורי דורות און שטייט ארויס אלס מסורה'דיגן פושקע און און שטייט נאכאלץ אלס 'די פושקע' ביי וועלכע מען קען זען ישועות און פויעלן בכל משאלות הלב.


דערנאך האט אויפגעטרויטן די גאסט פון ירושלים הרה"ג יצחק לייב סופר-שרייבער שליט"א וועלכע איז פון שטארק פירענדע חברי וועד הכולל בארצה"ק, וואו ער האט מיטגעברענגט א לעבעדיגע באריכט פון די אנדערע זייט וואסער, ווי חשוב און ווי גרויס עס איז ווען די תמיכה טשעק'ל קומט אן ליקירי ירושלים און ווי שטארק זיי קוקן ארויס אויף דעם.


ווי יעדער יאר, איז די הויעכפונקט געווארן ווען די חשובע געטרייע מנהל הכולל הרה"צ רבי ישכר בעריש רובין שליט"א מדאמבראווא, האט אויפגעטרויטן און מיטגעטיילט ערשטע האנטיגע געשיכטעס וואס האט געשריגן מער ווי טויזענט ווערטער איבער דאס חשיבות פונעם הייליגען פושקע און וואס דאס מיינט פאר די חשובע ערליכע תמימות'דיגע בני ירושלים מקבלי התמיכה. באמצע דבריו האט דער רב הכולל ארויסגעברענגט דאס געוואלדיגע התקרבות און חשיבות וואס די פושקע פארנעמט אין ק"ק בעלזא, און די נאנטקייט וואס דער רב זאל מאריך ימים זיין האט צו איר, און דאס אז דער רב האט די פושקע אויפן טיש ווי ער גייט נאר בכל זמן ועידן.


ביים דיננער האבן זיך אנגעזעהן אלע רבני עיר בארא פארק אדמורי"ם רבנים דיינים וראשי ישיבות וואס זענען געוקומען שטיצן די מסורה'דיגע צדקה מדור דור, צווישען זיי די נשיאי הכולל כ"ק אדמורי"ם מצאנז- קלויזענבורג און באבוב, האדמורי"ם מטשערנאביל, בורשטין, סקאליע, סטוטשין, טענקא, ציעשנוב, בלאזוב, בלאזוב ריבטאטיש, האחים הרבנים בני האדמו"ר מצאנז גריבוב זצ"ל, רימינוב, באסטאן, בריזדאוויץ, גארליץ, טארטיקוב, טארניפאל, אלעסק, וויעליפאלי, הגה"צ דומ"צ באבוב, הגה"צ ר' יעקב הורוויץ ר"י בית מאיר, הגה"צ ר' יחיאל קויפמאן אב"ד אנשי ספרד, שטראסבורג, פאליענע, הגה"צ ר' אברהם הלברשטאם מטארטיקוב, הרה"צ ר' ליבוש הורוויץ מסטריזוב, בני האדמו"ר מבאבוב, גלאגוב, ראב"ד פאלטישאן, רודניק, ברעזאן, דייני בעלזא, ראצפערט, אוהעל, וואידיסלאוו, באלחוב, אב"ד אור יחזקאל, און נאך.


וחיבת ירושלים תתן קולה! דאס איבערגעפילטע זאל, די הערליכע רייכע אויבנאן פון אלע גדולי העיר, די ריזיגע געלטער וועלכע זענען געפלאסן דורכאויס די נאכט, האט געזאגט און דערציילט אזויפיל! ער האט געשריגן דאס פלאם פייער, דאס חשיבות, אנערקענונג, דאס הארץ וואס שלומי אמוני ישראל האבן פאר'ן הייליגן פושקע און די גרויסע זכיה אז מען קען שטיין לימינה און עס שטיצן מיט אלע כוחות.


אהבת ירושלים אל תשכח לנצח.



































bottom of page