כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א האט נעכטן צוזאמגערופן בביתו נאוה קודש אן אסיפת העסקנים לדון ולטכס עצה לתקן ולהתעורר בעניני התפילה, ווי די רבי שליט"א האט שוין ערוועהנט כמה פעמים בתוך דברות קודשו במשך די לעצטע אכט וואכן אז דאס צומאכן די בתי מדרשים (וואס אגב האט די רבי שליט"א געזאגט פריוואט כמה פעמים פאר באי ביתו אז די צומאכן בתי מדרשים און בתי חינוך איז פון די שווערסטע פראבלעמען אויף איהם און די זמנים) דארף דינען אלץ א שטארקע התעוררות זיך צו מתקן זיין בעניני תפילה ולדוגמא ממה שאמר בתוך דברות קודש בעריכת השלחן ליל ל"ג בעומר (וואס האט זיך פארצויגן למעלה פון א דריי פערטל שעה), וז"ל: מ'וויל אז אונז זאלן זיך אונטערנעמען צו דאווענען אזוי ווי עס דארף צו זיין, און אז מען וועט זעהן פון הימל אז ס'איז געווארן בעסער, דעמאלטס וועט מען קענען עפענען די בתי מדרשים אז מ'זאל קענען דאווענען, ממילא מוז מען טאקע מתקן זיין די ענין פון תפלה, עכ"ל,
און טאקע ביום כ"ה אייר יום הילולת בעל התורת חיים מקאסוב זצ"ל האט די רבי פאררופען אן אסיפת עסקנים ומחנכים בנוסף צו ענערגישע יונגעלייט ווי די רבי האט אויפגעפאדערט לטכס עצה מיט וואס די עולם קען זיך מתקן זיין און נתעלה ווערן בעניני התפלה.
א גרויסע התעוררות האט געהערשט אינעם רבינ'ס צימער נאך וואס עס איז שוין קרוב צו צוויי חדשים וואס די רבי שליט"א איז זיך נישט מתוועד מיט אנשי שלומו, די רבי שליט"א האט אנגעפאנגן ניגוני התעוררות לרגל היומא דהילולא קדישא און גלייך דערנאך איז די רבי שליט"א צוגעגאנגן לגופא של ענין.
א גרויסע שאק האט ארומגענומען די עסקנים הנאספים ווען די רבי האט ערקלערט אז ער וויל מען זאל פארמאכן די שטיבלאך מדי יום ביומו ביי תפילת שחרית גלייך נאך סוף זמן תפלה.
שוין א לאנגע צייט וואס מען מוטשעט זיך בבית המדרש הגדול נאך וואס די וויזניצע בית המדרש האט זיך אויסגעשטעלט צו ווערן איינע פון די צענטערן פאר מניני שחרית מנחה ומעריב בעיר התורה והחסידות מאנסי, טראץ די געוואלדיגע זכיה לשמש לאכסניא של תורה ותפלה ברענגט דאס אבער אויטאמאטיש מיט, מיט זיך פארשידענע פראבלעמען זייענדיג די צענטער פאר אזויפיהל שווערע הונדערטער/טויזענטער איינוואינער וואס ווייסן אז ווען נאר מען וויל קען מען אריינפאלן בבית המדרש הגדול "כאפן א מנין" חוץ פון די פראבלעם אז עס נעמט אוועק די ערנסקייט פון די עבודת התפלה ברענגט עס מיט זיך אז די בית המדרש ווערט פארוואנדעלט און א מקום פון שמועסערייען און שלעפערייען, וכידוע איז די רבי אלע יארן שוין מנעוריו א זריז נפלא, וואס קען נישט צוקוקען ווי מענטשן פארברענען דאס טייערסטע פון לעבן פאר הבל וריק און ווי נאר די רבי האט איבערגענומען די שרביט ההנהגה איז די רבי מעורר השכם והערב אויף די חומר הענין פון גיין ליידיג (און ווי ער חזר'ט שטענדיג איבער די ווערטער פון זיין גרויסן זיידן פון סקווירא וואס האט איהם געזאגט ביים געבן די גאלדענע זייגער אלץ חתן),
יעצט האט די רבי אלץ ערשטע שריט פארלאנגט אז די מנינים זאלן פון היינט און ווייטער פארקומען נאר און די גרוסע בתי מדרשים אויבן (נישט ווי ביז יעצט וון עס איז פארגעקומן און קליינע פארשטיפטע שטיבלאך אונטער די בית המדרש) די מנינים זאלן פארקומען נאר יעדע האלבע שעה (נישט ווי ביז יעצט ווען מען האט געקענט "כאפן א מנין") און די לעצטע מנין שחרית וועט זיין 10:15 כדי שמו"ע זאל זיין בזמן וואס על פי די הוראה פונעם רבי ז"ל רעכענט מען שעות שוות בנוגע סוף זמן תפלה וואס קומט אויס יעצט עלף אזייגער, אזוי אויך וועט די מקוה און די קאווע וואס ווערט צוגעשטעלט פאר די ציבור המתפללים גענצליך פארשלאסן ווערן ווי נאר די זייגער קלאפט עלף, ווי אויך איז צוריקגעשטעלט געווארן די מניני מנחה מעריב צו די זמנים כהוגן,
די רבי שליט"א האט צוגלייך ערווענט אז דאס איז נאר מצד די הנהלת הבית מדרש אבער פארן עולם זעלבסט פעלט נאך אויס אז יעדער איינער באזונדער זאל זיך מתקן בפרטיות און זיין עבודת התפלה ווי די עסקנים האבן זיך אריינגעלאזט און אן העפטיגע שמועס לדון בדבר בכובד ראש און וועלכע ענינים די עולם קן זיך מקבל זיין להתעורר ולתקן.
Comments