top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר באזוכט די מהודר'דיגע גסות שחיטה דקהל יטב לב אין פאוסטוויל אייאווע | ברייטע דעקונג

זונטאג פ' מטות מסעי - כ' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס


פארגאנגענעם וואך מיטוואך איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אפגעפלויגן קיין פאוסטוויל אייאווע צו באזוכן די מהודר'דיגע גסות שחיטה שע''י קהל יטב לב ד'סאטמאר. צופרי איז די רבי ארויסגעפארן צו די מאריס-טאון עירפארט אין ניו דזשערזי ווי די רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט בנו הגדול הגה''צ אב''ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט''א אין הגה''צ רבי אברהם הערש וואזנער אב''ד סאטמאר מאנסי און געציילטע מקורבים וועלכע זענען מיטגעפארן, אויפן פליגער האט מען אויפגעגעבן פת שחרית, אין עס האט זיך פארצויגן א הערליכער שמועס איבער פארשידענע הלכה'דיגע שאלות בהל' שבת, און איבער רייכע קאפיטלן היסטאריע ביי כלל ישראל.


אויפן עראפלאן האט הגה"צ אבד"ק סאטמאר מאנסי שליט"א איבערגעבן א הערליכן גרוס פון די קהילה אין מוסדות אין לאנדאן פון ווי ער האט זיך נארוואס צוריקגעקערט וויילענדיג דארט אויף א משפחה שמחה, און ס'האט זיך פארצויגן א שמועס איבער דעם הערליכן היכל התורה, און איבער דעם נייעם היכל התורה 'היכל לב אהרן' וואס ווערט געבויעט אין מאנטשעסטער.


ארום 11:30 ארטיגע זייגער האט דעם רבי'ס פליגער געלאנדעט אינעם לאקאלע לופטפעלד אין וויסקאנסין פון וואו דער רבי איז צוגעפארן א וועג פון ארום 35 מינוט שעה צום בית השחיטה המהודרת.


ביים אנגעקומען צום בית השחיטה האט זיך די רבי ווארעם באגריסט מיט הגה"צ ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד''ק נייטרא מאנסי - רב המכשיר אינעם בית השחיטה, ובנו הר"ר מרדכי שליט"א וועלכע פארפיגן אויף די גאנצע אפעראציע אינעם בית השחיטה.


אזוי ווי די ארבייט האט שוין געהאלטן פעסט אינדערמיט איז דער רבי תיכף צוגעגאנגען צום חלק הניקור וואו דער רבי האט באטראכט דעם גאנצע ניקור אפאראט אויף די פלייש פון די מאנטאג'דיגע שחיטה פאר א לענגערע צייט און נושא ונותן געווען מיט די חשובע רבנים איבער די תקנות וואס איז איינגעפירט ביים חלק הניקור, און דערביי אנגעצייגט פאר די מיטבאגלייטער אלע חומרות והידורים וועלכע זענען איינגעפירט געווארן אינעם חלק הניקור, דערנאך איז דער רבי אריבער מיטצוהאלטן די חלקי המליחה פון שטיין-זאלץ און דורך א איד דוקא, דערנאך דעם סדר פון שטופה, שרוי' והדחה מיט אלע חומרות והידורים וואס איז איינגעפירט געווארן דורכ'ן רבי'ן שליט''א.


פון דארט איז דער רבי אריבער צום אנדערן חלק פלענט וואו עס ווערט פראסעצירט די פלייש און מען שניידט עס, און איז איבער געגאנגען דעם גאנצן סדר פון פעקעדשינג און לעיבלען וואו אלעס ווערט אדורכגעפירט מיט די גרעסטע מאס הידור.


פון דארט איז דער רבי צוריק געגאנגן צו די שחיטה אפאראט, אהנגעהויבן פון בדיקת החלפים ווי די שוחטים האבן געגעבן פארן רבין בודק צו זיין זייערע חלפים, דער רבי האט אויסגעשמועסט דעם הידור פון מאכן אויסער א בדיקת לח אויך א בדיקת יבש, און באוואונדערט די כשרות פון די חלפים וועלכע זענען "חד וחלק" לויט די הויכע סטאנדארטן וואס די רבי שליט"א האט איינגעפירט.


דערנאך האט דער רבי באטראכט דעם סדר השחיטה, ווי די בהמות גייען אריין אינעם באקס וואס ווערט איבערגעדרייט אז די שחיטה זאל זיין א שחיטה מונחת, דער רבי האט גאר שטארק מפליא געווען די הידורים און חומרות וואס זענען איינגעפירט געווארן ביי די שחיטה גסות.


דערביי האט דער רבי באטראכט פונקטליך דעם מקום השחיטה וואו דער שוחט שעכט, און פון וואו מען גיבט איבער פאר א גוי צו פארענדיגן ווי געברענגט אין תבואת שור אז עס איז א גרעסערע הידור אז א גוי זאל עס פארענדיגן.


פון דארט איז דער רבי אריבער חלק בדיקות הריאות, ווי דער רבי האט אליינס געמאכט א בדיקת פנים און זיך אומגעקוקט גאר א לאנגע צייט אויף די בדיקות חוץ, דערביי האט דער רבי צוגעוויזן פאר די אנוועזנדע די טאוול וואו א איד פארצייכנט די כשרות פון יעדע בהמה, און דוקא א איד לייגט די נומערן און זיגלט די חלקי הבהמה, און געצייגט אז פון די לעצטע 20 בהמות זענען בלויז 8 ארויס כשר. אזוי האט דער רבי ממשיך געווען צי אלע חלקים, וויזוי מכשרט די צונג, און אלע חלקים קטנים.


פון דארט האט דער רבי ממשיך געווען צו די חלקי הבהמה וועלכע זענען נארוואס געשאכטן געווארן און ס'ווערט געמאכט א חלק הניקור, ווען די בהמה איז נאך ווארים, 'ניקור חם'. און ווי משניידט אוועק די חלקים וואס מ'נעמט נישט ביי אונזערע בוטשער סטאר'ס לויט די תקנה וואס די רבי האט איינגעפירט. דערביי האט דער רבי געצייגט פאר די באגלייטער אלע חלקי החלב, דאורייתא ודרבנן, און וועלכע חלקים ס'איז נאר א מנהג נישט צו עסן אבער מדינא איז עס מותר.


נאך א קארגע 5 שעה אינעם בנין בית השחיטה האט דער רבי פארלאזט דאס פלאץ און איז צוגעפארן צום ארטיגן בית המדרש וואו דער רבי האט טועם געווען, ווען דערביי האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פאר אריבער א האלבע שעה מיט הרבנים הגאונים רבני הקהילות פון וומסב"ג און מאנסי שליט"א און הגה"צ אבד"ק נייטרא מאנסי שליט"א וואו דער רבי האט אויסגעדרוקט זיין התרגשות צוזעענדיג אזא הערליכע שחיטה פאר גסות אויף אזא הויכע סטאנדארט, און גאר שטארק מפליא געווען די פילצאליגע חומרות והידורים, און ס'האט זיך פארצויגן א שמועס מענין לענין איבער אסאך היסטארישע ענינים.


דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צום עירפארט, און האט זיך געזעגנט מיט די ארטיגע שוחטים, ספעציעל האט דער רבי ווארים געוואונטשן פאר הר"ר מרדכי ווייסמאנדל שליט"א, און האט געלאדענט הגה"צ אב''ד נייטרא שליט"א מיטצוקומען אויפן פליגער.


דער פריוואטער פליגער האט זיך געהויבן און געפארן א וועג פון 2 שעה לעיר הנופש ניו העמפשיר, אינטערוועגנס האט זיך פארצויגן גאר א רייכער שמועס איבער פארשידענע שאלות וואס דער טעכניק האט צוגעברענגט אין די לעצטע 100 יאר, ווען דערביי האט דער רבי נו"נ געווען מיט די חשובע רבנים איבער פסקי הלכות און שו"ת ספרים מגדולי האחרונים, וואס מ'קען פון דארט מדמה זיין מילתא למילתא אויף היינטיגע שאלות וואס די טעכנעלאגיע האט מחדש געווען.


דערנאך האט דער רבי אויסגעשמועסט מיט די מיטרייזענדע די קשיא וואס ער האט איבערגעלאזט פאר די תלמידי הישיבה כמנהגו בקודש איידערן אפרייזן למנוחת הנפש, אין די סוגיא פון תופס לבעל חוב, און אויסגעשמועסט פארשידענע מהלכים אין די סוגיא, און דערביי דערציילט מיט התרגשות איבער דעם גרויסן שבת שקלים מיט די בחורים תלמידי ישיבה של מעלה בעיר האבות סיגוט ווי ער האט זוכה געווען פארצולערנען סוגיא שיעורים אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן, במקום שהתפללו ולמדו בו אבותיו הק' זי"ע.


ארום 9:00 האט דער פליגער געלאנדעט אין 'בערלין רידזשענעל עירפארט' אין מילאן ניו העמפשיר, אין דער רבי האט געדאווענט מנחה אין עירפארט.


איידער מ'האט זיך געשטעלט דאווענען האט דער רבי געזאגט בלב מלא רגש אז ער וויל ברבים אפגעבן א שבח והודי' פאר השי"ת אז ער האט די זכי' עוסק צו זיין בזיכוי הרבים אין כשרות הבשר, און דערביי זיך באדאנקט מעומק הלב מיט התרגשות פארן נייטרא רב שליט"א וואס שטייט אונז צי בכל עת ובכל זמן בעניני שחיטה, זייענדיג דער רב המכשיר פונעם פלענט, און ארויסברענגט דאס ידידות פונעם נייטרא רב שליט"א וועלכער איז אונז צוגעשטאנען בכל לב ונפש בכל עת וזמן וואס מ'קען דאס נישט פארגעסן. און דערביי אים מאציל געווען מברכת קדשו לאריכת ימים ושנים בעבודת הקודש מתוך הרחבת הדעת.


נאך מנחה איז דער רבי צוגעפארן א וועג פון בערך א שעה לביתו נאוה קודש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר, און די רבנים און איבעריגע מיטרייזענדע זענען אפגעפלויגן צוריק קיין מאריס-טאון אירפארט אין ניו דזשערזי.


צומארמגנס דאנערשטאג נאך שחרית אין ביהמ''ד דקהל יראים בית אלימלך, און פאלם ספרינגס איז דער ציבור אריבער שלום נעמען, אין דער רבי באגריסט מיטן לאנג יעריגער חברותא הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל.















תגובות


bottom of page