top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שפאנונג צווישן חסידי סאטמאר צום ריזן-פלאן פאר נייעם גיגאנטישן ביהמ''ד הגדול והחדש אין קרית יואל

זונטאג פ' נשא - ח' סיון תשפ"ג | קול בחצרות


דעם ערב יו''ט זענען חסידי סאטמאר איבער די וועלט עלעקטעריזירט געווארן צו די מורגש'דיגע בשורה פון די פאקטישע שריט פון "אומר ועושה" וואס ווערט געמאכט אויפ'ן פראנט פון הקמת בנין אדיר וענק פאר'ן ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל. אינעם לעצטן יאר אסרו חג שבועות, נאכ'ן זען דעם אויסטערלישן לחץ זו הדחק, אין צוגאב צום מציאות אז אפילו אין א פשוט'ער שבת קודש איז שוין כמעט נישטא וואו צוצושטעלן א זיץ פאר א נייעם תושב אדער פרישער אינגערמאן, איז ביי אן אסיפת הנהלת הקהילה נתמנה געווארן א 'ועד קרן הבנין' זיך אריינצואווארפן אין די ארבעט בברכתו פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א, צו ברענגען א פערמאנענטע לעזונג און דערלייכטערונג, כראוי וכיאות, צו די לעכצנדע ארויסקוק פון טויזנטער סאטמארע חסידים וואס האבן די זכי' זיך צו קלאמערן בצל הקודש.


נישט לאנג דערויף, האבן די עסקנים אויסגעוועלט א גרויסער מומחה פון ארץ ישראל, דער בארימטער ארכיטעקט מו"ה אהרן אסטרייכער הי"ו, וואס האט שוין עקספערטיז אין דעם פעלד פון אהערשטעלן פארגעשריטענע מהלכים און דעזיינס פאר די אויסשטעל פון בנינים אדירים בעולם התורה וחסידות, און מ'האט אים ארויסגעברענגט צו קומען פערזענליך באטראכטן דעם בנין, די באדנס ארום, און אויסשמועסן די געברויכן פאר‘ן הוה און פאר‘ן עתיד אויפצושטעלן א בנין אדיר וגדול וואס זאל מרומם זיין כבוד שמים און פאסיג דינען אלס וועלט'ס פעסטונג פאר‘ן כח הקדושה וואס וואקסט און בליעט לתפארה בליעה"ר.


אין די טעג פאר יו''ט איז געבראכן געווארן די עקסטאזליכע בשורה מרנינה, אז מען זיצט שוין אויף פארטיגע פלענער און דעזיינס וואס דער ארכיטעקט האט באוויזן אהערצושטעלן פאר א בנין אדיר ומפואר פון קרוב צו "300,000" סקווער-פיס, מער ווי 3 מאל די גרויס ווי יעצטיגן בנין! וואס נעמט אריין אלע געברויכן פאר אינדערוואכן, שבתים, ימים טובים, אין אזוי ווייטער, עטליכע מעכטיגע "גאלעריען" פאר מענער און פאר עזרת נשים, א באזונדער גיגאנטישער שטאק פאר א "היכל השולחנות" | ריזיגע באקוועמע חדרי תפלה, אויסגעשטעלט פאר גאר פראקטישן מנינים צענטער | און נאך פילצאליגע מאסיווע איינריכטונגען פאר אלע ציבור'ישע געברויכן ברוחניות ובגשמיות.


די "שריפטליכע פלענער" זענען אנהייב וואך אריינגעטראגן געווארן צו כ"ק האד' מסאטמאר שליט"א, דורכ'ן ארכיטעקט הר"ר אהרן אסטרייכער הי"ו, אין באגלייטונג פון די ראשי הנהלת הקהלה און דער וועד קרן הבנין שיחיו, וואו דער רבי שליט"א האט אויסגעהערט די פארשידענע אפציעס וואס זענען פארהאן, אויסדרוקנדיג דערביי אן אויסטערלישע התרגשות ממה שעיניו רואות, אז בחסדי השי"ת האט מען דערלעבט אזא מצב פון וירבו ויעצמו במאוד מאוד, און דער 'גרויסער ביהמ"ד' איז מער נישט מעגליך צו אקאמאדירן דעם ציבור הרבבות חסידים ואנשי מעשה. עס איז בלויז פארבליבן צו אויסוועלן דעם בעסטן מהלך אשר נלך בה און אויסארבעטן די לעצטע דעטאלן איידער מ'טוט ערגענצן די פלענס און דעזיינס פאר די מאסיווע אונטערנעמונג. אין די הנהלת הקהלה האפט גאר בקרוב צו קענען ארויסקומען מיט א פארטיגן פלאן, און זאפארט אריבערגיין צו דער פאזע פון פאקטיש אריינשפרינגען אינעם ריזן פראיעקט וואס "שרייבט היסטאריע" אין די קורות הימים פון מלכות סאטמאר, מיטן האפענונג אז נאך דעם זומער תשפ"ג צו קענען ארויסקומען מיט די פלענער פאר'ן ציבור. גדו"ל יהיה כבוד הבית הזה!







Comments


bottom of page