top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע כינוס יסוד פאר ניי געגרינדעטע 'וועד הרבנים לעניני תקשורת' בראשות גדולי ישראל ראשי הוועד

מיטוואך פ' קרח - ב' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


א היסטארישע אסיפה איז פארגעקומען היינט מיטאג אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק, ווען עס איז געגרינדעט געווארן פון פריש די וועדת הרבנים לעניני תקשורת, בראשות גדולי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן, צו ארבעטן אינאיינעם קעגן די שרעקליכע נסיונות הדור בפגע הטעכנעלאגיע, און אוועקשטעלן א פעלזן פעסטע מאכט פאר די חרדישע אידנטום וואס וויל זיין ערליך און פארמאגן בלויז כשר'ע כלים.


ווי באקאנט איז די וועדת הרבנים לעניני תקשורת שוין געגרינדעט געווארן מיט קרוב צו צוואנציג יאר, און דורכאויס די לעצטע פאר חדשים נאך א שטארקע נאכגעלאזטקייט אין דעם ענין, האט מרן ראש הישיבה הגאון האדיר ר' משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע שווער געארבעט צוריקצושטעלן דעם ענין, און פונדאסניי גרינדען דעם וועדת הרבנים מיט א פאראייניגטע כח פון אלע שיכטן און קרייזן אינעם יהודת החרדית בארצינו הקדושה. היינט איז טאקע צושטאנד געקומען די ערשטע אסיפה וואס האט אויסגערופן גרויס היסטאריע ביים היימישן ציבור אין ארץ ישראל, וועלכער שטייט מיט א גרייטקייט אויסצופאלגן די הוראות פון די גדולי ישראל, בפרט ווען עס רעדט זיך פון די גאר וויכטיגע נושא פון טעכנעלאגיע.


די אסיפה איז פארגעקומען אין זאל פון מלון ויזניץ אין בני ברק, ווען בראש המסובים האט זיך אנגעזעהן די דריי גדולי הדור וועלכע שטייען אין שפיץ פונעם נייעם וועד, פון די חסידישע קרייזן מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א וועלכער איז געוועהן מלובש בבגדי שבת שטייענדיג אין די שבעת ימי המשתה פון א אייניקל, מרן ראש הישיבה הגאון ר' משה הלל הירש פון די ליטווישע קרייזן, און מרן הגאון ר' משה מאיה זקן מועצת חכמי התורה פון די ספרד'ישע קרייזן.


ביים היסטארישן אסיפה האבן זיך באטייליגט די רבני הוועד וועלכע טוען פארטרעטן אלע פראקציעס פונעם היימישן ציבור, הגאון הגדול ר' שמואל בראנדסדארפער שליט"א חבר ביד"ץ העדה החרדית, הגאון ר' נפתלי הייזלער בשליחות הגאון ראש הישיבה ר' אשר הכהן דויטש מטעם די בני תורה פארטיי, מטעם די חסידישע קרייזן פון אגודת ישראל האבן זיך אנגעזעהן: הגאון ר' ישראל פישביין מרבני גור, הגאון ר' שלמה בינעט מדייני קהילת בעלזא, הגאון ר' משה ברזובסקי ראש ישיבת סלונים בן כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט''א, און נאך חשובע רבנים ואישי ציבור פון די ליטווישע אין ספרדישע קרייזן.


ביים אסיפה האט דער וויזניצער רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברות קודש ארויסברעגנענדיג די חומר הענין, און ווי וויכטיג עס איז צו שטיין בראש על המשמר לגדור גדר ולעמוד בפרץ, און זיכער מאכן אז די היימישע ציבור האט א ווייטגרייכענדע השפעה, צו האלטן דעם קומה הכשרה העכסט כשר און אויסגעהאלטן, און העכסט פראפעסיאנאל צו זיך באנוצן דערמיט, מ'זאל ח"ו נישט דארפן צוקומען צו קיין פשרות בעניני טעכנעלאגיע.


די גדולי הרבנים האבן דורכגעשמועסט פארשידענע ענינים בכובד ראש, און נאכן כינוס זענען פארגעליינט געווארן די החלטות האסיפה ווי פאלגענד:


א. ברוך שמסר עולמו לשומרים. לפני כשמונה עשרה שנה נוסד ע"י גדולי וצדיקי וחכמי הדור, הקומה הכשרה של הפלאפונים שהצילה אלפי בני ישראל היראים והחרדים לדבר השם מפגעי הטכנולוגיה. ואנו התאספנו פה מכל קהילות הקודש להמשיך את מפעלם הגדול לחזק בדקי הבית לבל יכשלו ח"ו מטכנולוגיה לא כשרה.


ב. אנו קוראים להנהלת המוסדות, הישיבות ובתי החינוך של הבנות שלא יתנו להחזיק פלאפון תומך כשר שיש בו פרצות.


ג. אנו קוראים לגמור את העברת החוק שלא יוכלו לנייד מספרים מקומה לקומה, גם מקומה כשירה, לקומה כשרה.


ד. יהי רצון שהקב"ה יחוס עלינו ועל ילדינו, שימשיכו ללכת בדרך התורה והיראה, לעשות רצונו בלבב שלם, ומאסיפה זו, של ראשי עם מכל קהילות הקודש יתרבה כבוד שמיים ויגדור פרצות עמו בית ישראל אמן.







Comments


bottom of page