זונטאג פ' משפטים - כ"א שבט תשפ"ג
קול בחצרות - חסידי באבוב אין לאנדאן ציילן שוין די שעות צום מארגנדיגער טאג מאנטיג פ' משפטים ווען דער רועה נאמן כ''ק האד' מבאבוב שליט''א וועט באטרעטן דעם אייראפעשן באדן אין מופיע זיין בהדרו אויף א היסטארישע ביקור מרומם אינעם עיר הבירה לאנדאן בקרב עדת צאן מרעיתו, אין שפיץ פונעם געהויבענעם באזוך וועט דער רב פראווען א גרויסער שבת אין צענטער פון שטאט - א שבת וואס אנטשפרעכט צו ברענגען הויפענעס חיזוק און חיות דקדושה פאר תלמידיו וחסידיו תושבי איירופע , היסטארישע טעג אויף וואס מען קוקט שוין ארויס לאנגע יארן, דער נסיעה וועט ווערן מיטגעהאלטן דורך א ריזן ציבור פון העכער טויזנט אורחים פון איבער די גארער וועלט וועלכע וועלן קומען צו פארן מיטהאלטן די ימי אורה אין לאנדאן
היינט נאכמיטאג וועט דער רב שליט''א פארלאזן ביתו נאוה קודש אויפ'ן וועג צום לופטפעלד, די תלמידי המתיבתא וועלן ארויסבאגלייטן די רב בקול שירה ורנה בשמחה וצהלה
מארגען מאנטיג פארטאגס וועט די רב לאנדען אין שטאט לאנדאן און תיכף צופארן צום אכסניא אויסער די שטאט ווי די רב וועט וויילן דורכן טאג. דינסטאג צופרי וועט די רב שליט"א אנקומען צו די סטעמפארד הילל געגענט אין לאנדאן ווי די רב וועט האבן די אכסניא במשך די נסיעה בביתו פונעם שוואגער הגה"צ ר' בן ציון בלום שליט"א דומ"צ באבוב לאנדאן די רב וועט אריינקומען צו שחרית אין בית מדרש הגדול באבוב אין שטאט און נאך שחרית וועט די ציבור אדורכגייין געבן שלום.
דורכאויס די וואך וועט זיין דעזיגנירטע זמני כניסה פאר די חסידים ותושבי העיר אריינצוגיין לעצה ולברכה ולהיפקד בדבר ישועה ורחמים אינעם פראפעזארישע קוויטל שטוב וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אינעם בנין הביהמ''ד ווי אויך וועט דער רב ארויפגיין באזוכן די אדמורי ורבני העיר
מיטוואך וועט די רב באזוכן תלמיד תורה בני ציון ווי עס וועט פארקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רב וועלכע וועט אויפטרעטן מיט דברות קודש פאר די קינדער, דאנערשטאג וועט די רב באזוכן די ישיבה קטנה און אויפטרעטן מיט א דרשה פאר די תלמידי הישיבה.
די קלימאקס פו די געהויבענע נסיעה וועט געוויס זיין די שבת נועם הנשמות שבת מעין עולם הבא שבת שקלים וואס די רבן של ישראל וועט צום ערשטן מאל אין היסטאריע פראווען אויף א גרויסארטיגען פארנעם אין צענטער פון שטאט לאנדאן, אויף שבת זענען ערווארטעט טויזענטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן פון איבער די גאנצע שטאט וואס וועלן קומען מיטהאלטען דעם שבת און נהנה זיין מאור קדושת השבת בצלא קדישא פון די געהויבענע גאסט
אויף שבת האבן די עסקנים אויפגעשטעלט צוויי ריזן שאטער'ס אינעם חצר פון די יסודי התורה מיידל שולע פאר די תפילות אין טישן דורכאויס שבת, אויך האט מען ארויסגעדינגען די יסודי התורה זאלן זעלבסט ווי עס וועט זיין צוגעשטעלט די סעודות שבת פאר די אורחים מעבר לים
מוצאי שבת קומט פאר די צענטראלע מעמד חנוכת הבית פאר די נייע בנין בנות ציון אין שטאט אינאיינעם מיט'ן כינוס כללי פאר חסידי באבוב וואס וועט פארקומען אויף גאר א מלכות'דיגע אויסשטעל אין די גיגאנטישער או 2 ארענא סטעדיום אין לאנדאן ווי די רב שליט"א וועט משמיע זיין דער משא המעמד ודברי הדרכה פאר די חסידים תושבי אייראפע
זונטאג פארמיטאג וועט פארקומען א מעמד קביעת מזוזה אין נייעם בנין בנות ציון און דערנאך וועט פארקומען א מעמד הוקרה פאר די נדיבים בעם וואס האבן זיך אנגערופן מיט גרעסערע סכומים לטובת די אויפבוי פונעם נייעם בנין.
נאכמיטאג וועט פארקומען די פייערליכע חגיגת הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבען געווארן דורך חסידי באבוב אין לאנדאן לזכר נשמתו הטהורה פונעם רעיא מהימנא קדישא די עמוד צלותהון דישראל מרן הגה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע די תהלוכה וועט ארויסגיין פון שטוב פונעם באבובער דיין שליט"א אויפ'ן וועג צום גרויסן שאטער ווי די רב שליט"א ווען אפרעכטן די עבודת הקודש פון ריקודין קדישין לכבוד התורה און דערנאך אויפטרעטן מיט'ן דרוש לכבוד המאורע.
שפעטער נאכמיטאג וועט פארקומען די מעמד הנחת אבן הפינה פאר די נייע פליגל וואס ווערט צוגעבויעט צום בנין הבית מדרש און מעמד יציקת הבורות פאר די נייע מקוה טהרה וואס ווערט געבויעט אינעם בנין הבית מדרש נדבת לבו פון הגה"ח הישיש ר' לייבל סטעמפעל שליט"א אייניקל פון הרה"ק בעל קדושת ציון מ'באבוב זי"ע און מחשובי חסידי באבוב אין לאנדאן.
ביינאכט וועט פארקומען די סעודה לגמרה של תורה אין א גרויסער זאל אין שטאט
דורכאויס די וואך וועלן אויך פארקומען עטליכע מעמדי כתיבת ספר תורה צווישען זיי די התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבען דורך חסידי באבוב תושבי אנטווערפען לעילוי נשמתו פונעם אומפארגעסליכע רב הגה"צ ר' משה הלברשטאם זצ"ל אב"ד ודומ"צ באבוב אנטווערפען ובעל מחבר ספרי מנחת משה שטייענדיג נאך בשנת האבל לפטירתו.
מאנטאג וועט די גאנצע ציבור זיך געזעגענען פונעם רב און ביינאכט וועט זיך די רב ארויסלאזן צוריק אויפ'ן וועג אהיים קיין ניו יארק.
דאס יהדות החדרית אין לאנדאן שטורעמנט אין ברויזט, יונג און אלט פון אלע שיכטען און קרייזן גרייטן זיך מקבל צו זיין את פני הקודש פון אחד מקרבניטי היהדות החרדית אין ניו יארק אויף א באזוך וואס וועט געוויס איבערלאזן א רישומא קדישא אויפן גאנצע שטאט און וועט געדענקט ווערן אויף לאנגע יארן.
אין בעפארברייטונג צום געהויבענעם באזוך האבן די עסקנים אריין געלייגט שווערע כוחות אהערצושטעלן אלע פרטים על צד היותר טוב ווי צושטעלן אש"ל מלא פאר די פילע געסט ווי אויך האט מען אויפגעשטעלט אן עירוב ארום די גאסן ארום די ביהמ"ד לתועלת הציבור בפיקוחו פונעם דיין, די לעצטע הכנות ווערן אצינד געמאכט אונטער די געניטע פירערשאפט פונעם מייסטער-ארגאניזירער, ר' יעקב חיים מיללער פון ארץ ישראל וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פארן, אנצופירן מיט אלע לאגיסטיקס און ארומיגע צוגעהערן, לרגל די נסיעה ערשיינט לאור עולם א הערליכע ספר מיט קורות הימים פון די באבוב קהילה על אדמת אירופה, און אזוי אויך א הערליכע ספר שבח והלל אויף יו"ט פורים וואס אנטהאלט דברי תורה פון אדמור"י בית באבוב זי"ע און יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אויף פורים באגלייט מיט מנהגי בית באבוב פונעם יו"ט פורים, ווי אויך איז ערשינען די נייע סי די בדבור ובקלא חלק ג' מיט אויסגעקליבענער פארצייטישע ניגונים פון אמאל געזינגען אינעם באבוב'ער הויף, ארויסגעגעבן דורך הרב יהושע ראזען
Commentaires