top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מציץ מן החרכים: האד' מגור באטייליגט ביי א לויה דורכ'ן פענסטער


כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט זיך היינט באטייליגט ביי א לויה דורכ'ן פענסטער. אין די נאכמיטאג שטונדן איז פארגעקומען די לויה פון הרה"ח ר' אפרים לאנדא ע"ה פון ניו יורק פארנט פון ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים. דער רבי שליט"א האט זיך געשטעלט ביים פענסטער און מיטגעהאלטן די לויה פונדערווייטענס. דאס האט אויסגערופן גרויס התרגשות ביי חסידי גור, און אסאך חסידים זענען זיך צוזאמגעלאפן פון אלע עקן שטאט צו קענען כאפן א בליק אויפן רבי'ן נאך לאנגע וואכן וואס זיי האבן נישט זוכה געוועהן לחזות פני הקודש.




0 תגובות

Comentários


bottom of page