top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ל"ג בעומר תש"פ אין מירון


אין ארץ ישראל גרייט מען זיך שוין פיבערהאפטיג אויף דעם גרויסן טאג 'לג' בעומר' ווען יאר-יערליך פלעגן טויזענטע יודן שטראמען צום ציון התנא האלקוי אין אתרא קדישא מירון, אזאך וואס לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס וועט עס נישט פאסירן היי-יאהר. די מדינת ישראל באאמטע האבן ארויסגעשטעלט ספעציעלע רעגולאציעס וואס וועלן אריינגיין אין קראפט ביום לג' בעומר און וועט עטוואס פארגרינגערן פאר גרעסערע קהלות און חצרות אפצורעכטן די יערליכע הדלקות. לויט די פרישע רעגולאציעס וועלן ערלויבט ווערן פאר געציילטע קהלות אנצוצינדען די הדלקות אויף בלויז פיהר ערטער אין מירון:  מתחם בויאן, גנדי, מערת הלל און תולדות אהרן. יעדע הדלקה וועט געדויערן בלויז א שעה צייט און עס וועלן נאר אריינגעלאזט ווערן צעהן מענטשן בשעת הדלקה. יעדע האלבע שעה וועלן זיך טוישן די מענשטן וואס וועלן קענען מיטהאלטן די הדלקות. די באאמטע געבן איבער אז זיי וועלן ארויסגעבן בלויז פיהר-און-צוואנציג הדלקה-פערמיטן אין די צייט וואס ניין-און-צוואנציג קהלות און חצרות האבן אריינגעגעבן א פארלאנג פאר הדלקה-ערלויבעניש. דערווייל האבן די באאמטע ארויסגעגעבן פערמיטן פאר בלויז עלף חצרות און קהלות ואלו הן: תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק, באיאן, מודזיץ, הרב עמאר, נציג הרבנות הראשית ככה"נ הגר"י יוסף, שובו בנים, הרב יקותיאל אבוחצירא, הרב בניהו שמואלי, נציג ועד מירון ככה"נ הרב נפתלי פרידמאן, איחוד קהילות ברסלב ככה"נ הגר"נ קיוואק. לויטן פלאן וועלן אויפגעשטעלט ווערן סקרינס אין אלע גרעסערע ערטער איבער ארץ ישראל, ווי דער אלגעמיינע ציבור וועט קענען מיטהאלטן לעבעדיג די הדלקות אין מירון.

Comments


bottom of page