כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז נעכטן געווען אויף א באזוך אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה, וועלכע האט געעפענט אירע טויערן לכבוד דעם נייעם זמן – ווי ברייט באריכטעט. דער רבי שליט"א האט געלערנט בחברותא מיט אן אייניקל בחדרו הפרטי. אין אנדערע נייעס האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין בית רחל פערעדייס אין קרית יואל ווי עס ווערן צוגעגרייט טויזענטע באקסעס פאר די חלוקות צוויי מאל א וואך דורך די מוסדות הקדושים פאר די טויזענטע תלמידי המוסדות. דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקוקט אויף די מאסיווע אפעראציע און באקומען א דאטעלירטע באריכט איבער די געוואלדיגע ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט דורך די חשובע עסקנים. דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי חיזוק און ווארימע ברכות פאר די איבערגעגעבענע עסקנים און ארויסגעוויזן א שטארקע קורת רוח אויף די שווערע ארבעט אהערצושטעלן דעם פראיעקט.
Comments