שטייענדיג אנהייב זמן הקיץ אונטערן שאטן פון די טשיינע קרענק, שיינט ארויס דעם 'אשריכם תלמידי חכמים שדברי תורה חביבן עליכם' ווען טייל ישיבות אין ניו יורק האבן אנגעהויבן די לימודים אויפן טעלעפאן ווי באריכטעט, זענען אבער אויך דא עטליכע ישיבות הקדושות וועלכע האבן געארבעט אויף אלע פראנטן אז מען זאל קענען עפענען די טויערן פון די בניני הישיבה און די סדרי הלימודים זאלן אנגיין פונקט ווי נארמאל.
אין די דאזיגע ישיבות זיצן די תלמידים אין בנין הישיבה נאר זענען צושפרייט איבער די גאנצע בנין אויספאלגענדיג די סאשעל דיסטענסינג רעגולאציעס, אזוי אויך זענען דא געוויסע ישיבות ווי די בחורים קומען זיך צוזאמען אין פארשידענע פלעצער און זעצן ווייטער פאהר די לימודים.
צווישן די ישיבות וואס האבן געעפענט ווי געהעריג ציילט זיך אויך די ישיבה גדולה אין קרית יואל ווען ס'איז געמאלדן געווארן אז מארגען דינסטאג וועלן זיך עפענען די טויערן פון אלע דריי סניפי הישיבה און מ'וועט אנהויבן דעם זוממער-זמן ווי געהעריג אין די בניני הישיבה, נאר מ'וועט לייגן א געוויכט אויסצופאלגען די שטאטישע רעגולאציעס.
אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן איבער א פלאן פון 'וועד הישיבות' וועלכע איז אויפגעברענגט געווארן פאר די משרד הבריאות אין ארץ ישראל אז די ישיבות זאלן זיך צוטיילן אויף קלענערע גרופעס ווי זיי וועלן זיך אויפהאלטן פארשפארט אין לויף פון צוויי וואכן און נאך צוויי וואכן ווען מ'וועט באשטעטיגן אז קיינער איז נישט אנגעשטעקט וועלן זיי קענען גיין לערנען אין בנין הישיבה. לויט די הוראה פון די גדולי ישראל וועט מען זיך דערווייל נישט באנוצן מיט דעם פלאן, נאר די סדרי הלימודים וועלן אנגיין בלויז אויפן טעלעפאן.
Comments