top of page
היסטאריע אין טשערנאביל: האד' מטשערנאביל וועט פראווענען ערשטמאליגע שבת מיט נגידים ביים כותל המערבי
דינסטאג פ' נשא א' • ג' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש התרגשות דקדושה נעמט ארום חסידי טשערנאביל נדיבי עם קודש ערהאלטנדיג די פריידיגע מודעה איבער א ערשטמאליגע היסטארישע שבת מרומם 'לב ירושלים' וואס כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועט פראווען די קומעדיגע שבת קודש פרשת קורח בקרתא דשופריא, ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי אשר משם לא זזה שכינה מעולם. דער שבת וועט זיין געווידמעט לטובת די מקח פארן ביהמ"ד דחסידי טשערנאביל אין ירושלים אונטער די הנהגה פונעם רבינס זון הרה''צ רבי אהרן טווערסקי


להוסיף על העזרות: ריזן באלקאן פארנט פון ביהמ"ד הגדול ד'קרית יואל אריינגענומען אלס א טייל פונעם היכל הביהמ"ד
דינסטאג פ' נשא א' • ג' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם מוצאי ל"ג בעומר, נאך איידער מ'האט פארענדיגט אפרייניגן דעם גרויסן באדן ארום דעם ביהמ"ד הגדול דקרית יואל פונעם גרויסן מעמד ההדלקה לכבוד היום, האט מען גלייך אנגעהויבן מיט די מאסיווע קאנסטרוקציע־ארבעט, דאס מאל אויפ'ן "פארטש" פונעם היכל הביהמ"ד הגדול, צו קענען ארייננעמען אויך דעם טייל אלס א חלק פונעם ביהמ"ד, אזוי צו קענען צולייגן צום ביהמ"ד נאך הונדערטער זיץ־פלעצער, צו קענען בעזהשי"ת אקאמאדירן די אלפי ישראל וואס זענען ערו


שנת היובל: פופציגסטע הילולא קדישא פון הרה"ק רבי ירחמיאל יהודה מאיר מאמשינוב זי"ע בצל נכדו האד' מאמשינוב
מאנטאג פ' נשא א' • ב' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN מיט רגשי קודש האבן חסידי אמשינוב בכל מקומות מושבותיהם אפגעצייכנט דעם יומא דהילולא קדישא פונעם מנהיג העדה הקדושה, הרה"ק רבי ירחמיאל יהודה מאיר מאמשינוב זצ"ל, וועלכע איז דאס יאר געפראוועט געווארן מיט א באזונדערע געהויבנקייט אפצייכנדיג דעם "שנת היובל", פופציג יאר זינט די הסתלקות ביום כ"ז אייר תשל"ו. ליל שישי ארום 4:00 אזייגער פארטאגס איז דער רבי אריינגעקומען צום היכל הטישן, וואו דער רבי האט מעריך ג


התייסדות פון נייע ישיבה גדולה טשערנאביל אין בית שמש; הרה"ג ר' אברהם מרדכי אלתר שליט"א אויפגענומען אלס ראש ישיבה
מאנטאג פ' נשא א' • ב' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט איבערראשנדע שמחת התורה ווערט אויפגענומען בעולם הישיבות די בשורה מרנינה איבער די עפענונג פון א נייע ישיבה גדולה דחסידי טשערנאביל, וואס וועט עפענען אירע טויערן אין שטאט בית שמש, תחת נשיאותו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א. אין די לעצטערע יארן האט דער נשיא הישיבה דער טשערנאבלער רבי מרחיב געווען די גבולי הקדושה מיט'ן מייסד זיין א נייע ישיבה קטנה, אין עיר החסידות בית שמש, וואס איז אויך שנעל אויסגעשטיגן אלס ישיבה נאה ומפו


שמחה גוררת שמחה: פרישע שידוך געשלאסן פון הכלה נכדת האד' מבאבוב
מאנטאג פ' נשא א' • ב' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד זענען זיך חסידי באבוב ווידער צוזאמגעקומען דעם ליל שישי אפצוגעבן מזל טוב לרגל די שמחה בבית המלכות, די שמחת קישור החיתון פון אן אייניקל ביים רב שליט"א, די כלה א טאכטער פון חתנו הגדול הגה"צ ר' חיים שלמה האלבערשטאם שליט"א סגן דומ"ץ באבוב, זון פון הגה"צ ר' ברוך אברהם האלבערשטאם שליט"א אבד"ק קרשאנוב, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' שלום דוד פאלגער שליט"א מרביץ תורה בק"ק באבוב, זון פ


פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א דינט אלס מוהל ביי שמחת הברית בחצה"ק תולדות אברהם יצחק
מאנטאג פ' נשא א' • ב' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן היינט צופרי איז דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אנגעקומען לביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואו עס איז פארגעקומען די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביים רבי'ן, אייניקל ביי בנו הגה"צ רבי דוד צבי קאהן אב"ד תולדות אברהם יצחק בית שמש, בן הנולד ביי זיין זון הרב שלום קאהן וואס איז פון די נאמני הבית ביים רבי'ן אין שטוב. דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מכבד געווען דער


האד' מוויזניץ ירושלים וועט פראווענען יום טוב שבועות בקרתא דשופריא עיה"ק ירושלים
זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש וויזניצער חסידים אין ירושלים גרייטן זיך בהתרוממות הנפש מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם יום טוב שבועות הבא עלינו לטובה, במחיצת הקודש פון כ''ק האדמו''ר מוויזניץ ירושלים שליט''א. דער רבי שליט"א על ישראל הדרתו אין שטאט בארא פארק, איז נעתר געווארן לבקשת אנשי שלומו חסידי וויזניץ בארץ הקודש, צו קומען פראווענען זמן מתן תורתינו יו''ט שבועות בקרב עדת צאן מרעיתו. היינט צופרי נאכן דאווענען שחרית בבית מדרשו אין בארא פארק האט דער רבי אפגעראכטן דעם


מעמד ההדלקה רבתי לכבוד ל"ג בעומר דורך האד' מזידיטשוב פרעמיסלא | בילדער גאלעריע
זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


שָׁם קָנִיתָ הוֹדְךָ וַהֲדָרֶךָ • ל"ג בעומר בצל הגה"צ רבי מרדכי שטיינער שליט"א אבד"ק בית מרדכי
זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


ק"ק דושינסקיא נעמט שריט צו אראפברענגען הויכע פרייזן צו ארויסדינגען דירות אויף ימים טובים
זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בחצר הקודש דושינסקיא איז אין די יעצטיגער טעג בעפאר יום טוב שבועות פראקלאמירט געווארן די נייע תקנות צו לעזן די שרעקליך-הויכע פרייזן און מאנגל פון דירות צו דינגען אין ירושלים עיה"ק אויף יום טוב. דער פראבלעם פון די הויכע דירה פרייזן אין די ימים טובים איז געווארן שטערקער די לעצטערע יארן, ווען דער ציבור וואקסט בליעה"ר, און די בעלי הדירות ערלויבן זיך צו רייטן אויפ'ן צורך און שרויפן ארויף די פרייזן צו אבנארמאלע און אומדערהייבליכע ציפער


אל אחוזת אבותיו: האד' מקרעטשניף י-ם אפגעראכטן שיינעם באזוך אין נאסטאלגישע שיכון קרעטשניף אין כפר עטה
זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענעם דאנערשטאג האט כ''ק אדמו''ר מקרעטשניף י-ם שליט''א אפגעשטאט א באזוך אינעם נאסטאלגישע קריה נאמנה שיכון קרעטשניף אין כפר עטה, וואו דער רבי שליט''א האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומא דהילולא קדישא פון זקינו כ''ק אדמו''ר הרה''ק רבי אליעזר זאב מקרעטשניף זכר צדיק וקדוש לברכה בעל רזא דשבת וואס איז אומגעברענגט געווארן על קידוש השם אין די לאגערן אין אוישווייץ ביום כ''ז אייר. ביים אנקומען האט דער רבי שליט''א געדאווענט מנח


תורתו מגן לנו: שיינעם הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזענבורג געפייערט דעם ל"ג בעומר
מוצאי שב"ק פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם ל"ג בעומר איז פארגעקומען די גרויסארטיגע חגיגת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק, נדבת הנגיד החסיד ר' מרדכי אהרן גאמבא שליט"א, נאכגעפאלגט מיטן געהויבענעם שולחן הטהור לכבוד היום דורך כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א. נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין שטוב פונעם נדבן אויף די 47'סטע גאס צווישן 14 און 15 צום כתיבת האותיות, דער רבי האט געשריבן די לעצטע אות פו


הונדערטער מיטגעהאלטן מעמד ההדלקה דורך המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א אין מירון
מוצאי שב"ק פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN דעם מוצאי ל"ג בעומר, איז אנגעקומען קיין מירון הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ריש חבורת נחלת יעקב, נאכ'ן קלעטערן דורך די וועלדער פאר שעות ארוכות. נאך א קורצע אפרו בבית האכסניא, איז דער משפיע זיך געגאנגען מטהר זיין אין די פראוויזארישע מקוה אין חצר פון משפחת מילער אין מושב מירון, כהכנה צום מעמד הדלקה. נאך די מקוה איז דער משפיע אנגעקומען צום מתחם הדלקה, און מעריך געווען א מעמד קדוש ו


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בת קול יוצאות: דראמאטישע און לעבעדיגע הכרזות פון העסקן הדגול ר' יצחק אייזיק דאסקאל שליט"א יו"ר מערכת סאטמאר, ביים האלטן געשפאנט רבבות חסידי סאטמאר מיט כסדר'דיגע אפדעיטס איבער די היסטארישע נסיעה בוני המלוכה מיט האדמ"ר מסאטמאר. דער מגיד מישרים הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער שליט"א ראש ישיבת תורת צבי ספינקא דערציילט איבער די וואונדערליכע השגחה פרטית ארום די שידוך שליסן די וואך פון החתן שניאור זלמן עקשטיין ני"ו הויז בחור ביי האדמ


לספוד לצרה: הארצרייסנדע בכיות ביי מסע הלוי' פון הרבנית הצדיקת ממעזיבוז ע"ה אשת חבר האד' ממעזיבוז
דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר בקול נהי בכי תמרורים האבן פילע אידן היינט באגלייט למנוחות הרבנית הצדיקת ממעזיבוז מרת רחל ראזנבוים ע"ה, אשת חבר פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר ממעזיבוז שליט"א, וועלכער איז ליידער פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן נאכ'ן זיך מוטשען מיט די ביטערע מחלה די לעצטע צוויי יאר. די לוי' איז ארויס פון רחבת ביהמ"ד מעזיבוז אויף רחוב רמח"ל אין פתח תקוה, בראש המלוים במשך די גאנצע לוי' האט זיך אנגעזען איר געהויבענעם מאן, כ''ק האדמו


שיינעם שבת אין בני ברק מיט הגה"צ אבד"ק פשעווארסק לאנדאן שליט"א בנו הגדול פון האד' מפשעווארסק
דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אין די טעג האבן פשעווארסקער חסידים אין ארץ ישראל מקבל פנים געווען דעם חשובן גאסט, הגה"צ אבד"ק פשעווארסק לאנדאן שליט''א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך לרגל די שמחת השלום זכר און דער ברית פון א אייניקל, בן הבכור ביי זיין בן זקונים הרב יעקב לייזער שליט''א איידעם ביי הרה"צ רבי שלמה זלמן וואזנער שליט"א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א און אן איידעם ביי כ


הלילה הולך אחר היום: האד' מתולדות אהרן אין אתרא קדישא מירון למחרת ל"ג בעומר
דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם מוצאי ל"ג בעומר תיכף נאכ'ן געהויבענעם טיש לכבוד היום, האט זיך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ארויסגעלאזט אין שפיץ פון מערערע שיירות חסידים, קיין אתרא קדישא מירון, פוקד צו זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי. די רייזע איז אריבער מיט פארשידענע טלטולי דרכים, ביז ארום דריי אזייגער פארטאגס ווען אלע באסעס האבן ענדליך דערגרייכט מירון. דער רבי שליט"א איז ארויסגעפארן מיט א ספעציעלע "ספרינטער" אויטא כדי צו


ל"ג בעומר במחיצת האד' מראחמיסטריווקא אין מירון און ירושלים אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט
מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם גרויסן טאג פון ל"ג בעומר בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א איז געווען איין לאנגע יומא אריכתא, א חטיבה אחת פון צוויי מעת לעת'ן פול מיט התעלות, התרוממות און דביקות אינעם תנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי. די הייליגע עבודה האט זיך שוין אנגעהויבן זונטאג אויפדערנאכט, ליל ל"ב בעומר, ארום דריי אזייגער, ווען דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין ירושלים צו תפילת מעריב און ספירת העומר, און דער


לזכר עולם: האד' מסאטמאר איז קורא שם פון נייעם סאטמארער ישוב אין מאנטיסעלא מיטן נאמען "קרית משה"
מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי סאטמאר אומעטום נעמען אויף מיט התרגשות די ידיעה אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אין די יעצטיגע טעג קורא שם געווען אויפ'ן נייעם סאטמארער ישוב וואס בויט זיך אין מאנטיסעלא, מיט'ן נאמען "קרית משה" על שמו ולזכרו פון מרן אביו הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע. שוין א לענגערע צייט וואס סאטמארער חסידים האלטן מיט דעם התייסדות פונעם נייעם ישוב וואס בויט זיך אין מאנטיסעלא, הארט נעבן די בארימטע סאטמארער זומער-קריה "קרית ויואל משה - איח


גייסטרייכער "יומא טבא – יום שכולו התמדת התורה" אפגעראכטן דורך יוצאי ישיבת קאשוי אין שפיץ פון האד' מקאשוי
מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש הונדערטער תלמידי יוצאי ישיבת אוהל רפאל קאשוי האבן מיטגעהאלטן פארלאפענעם זונטאג אמור דעם ערשטמאליגן מעמד בקורות ימי ק"ק קאשוי 'יומא טבא' וואס האט געדינט אלס פולשטענדיגער יום שכולו תורה, ווען הונדערטער אברכים תלמידי יוצאי הישיבה פון איבער גרעיטאר ניו יארק זענען זיך צוזאמגעקומען צום מעמד 'יום התמדת התורה' אינעם "דאבל-טרי הילטאן" האטעל אין קאנעטיקעט, וועלכע איז ספעציעל אפגעדונגען געווארן כדי צו קענען אקאמאדירן דעם מאסיוון פלייץ פון


bottom of page
