top of page
מעמד הוקרה ביי האד' מגור לכבוד הנגיד ר' יואל לאנדא צום קנין זכות פון צוויי נייע חתונה זאלן פאר חסידי גור אין ירושלים און ערד
דינסטאג פ' ראה • כ''א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש אן אייגנארטיגער מעמד הוקרה און מסיבת לחיים איז היינט נאכמיטאג אפגעראכטן געווארן במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אין ירושלים, לכבודו פונעם וועלט-בארימטן שר הצדקות והחסד הנגיד ר' יואל לאנדא פון ניו יארק, וועלכער האט בייגעשטייערט א פילאנטראפישע נדבה פון קרוב צו "דריי מיליאן דאלער", אויפצובויען צוויי הערליכע חתונה זאלן אין ערד און אין ירושלים, וואו חסידי גור וועלן קענען חתונה מאכן פאר שפאט ביליג, לויט די תקנות הקהילה. דאס איז ג


הנגיד ר׳ יואל לאנדא אפקויפט שם הבנין פון נייעם ביהמ״ד הגדול ד׳סאטמאר אנטווערפן פאר סכום אדיר פון 2.5 מיליאן דאלאר
זונטאג פ' תרומה • כ''ח שבט | בחצרות הקודש א התרגשות'דיגער מעמד "חתימת שטרות" איז אפגעהאלטן געווארן נעכטן מוצאי שבת בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין שטאט אנטווערפען, וואו דער וועלט-בארימטן שר הצדקות והחסד הנגיד ר' יואל לאנדא פון ניו יארק האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין פונעם נייעם בנין ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר אין אנטווערפען, פארן אסטראנאמישער סומע פון 2.5 מילאן דאללאר. אין די לעצטערע תקופה האט זיך דער סאטמארער קהלה אין אנטווערפען אריינגעלאזט אין א גראנדיעזע א


מרוגש'דיגע שבע ברכות לרגל שמחת בית סאטמאר אפגעראכטן בבית הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו מיוחד פאר יתומים
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם זונטאג אוונט איז פארגעקומען א פריוואטע שבע ברכות לרגל די שמחה במעון הקודש פון כ''ק האדמו"ר מסאטמאר שליט''א פאר אלע יתומים, יונגלעך און בחורים פון די קהלה ומוסדות הק׳ סאטמאר איבער גרעיטאר ניו יארק, וועלכע האבן ליידער נישט קיין טאטע אדער מאמע ל''ע. די שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן אויף א פראכטפולער פארנעם אין שטוב פון הטספר המרומם הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו דער בריח התיכון פונעם "יעודד" ארגאניזאציע וועלכער טוט זיך אפגעבן מיט ד


ווידיאו • דרשת הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו ביים קביעת מזוזה פונעם בית חינוך לבנות ד'סאטמאר אין י-ם בשילוב חלוקת שקל הטהור
דאנערשטאג פ' ראה • כ''ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


האד' מסקולען לעיקוואד באזוכט בבית הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו לטובת מוסד חסד לאברהם
זונטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ה | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, וועלכער האט געפראוועט א געהויבענעם שבת בקרב תלמידי מחנה מנחם צבי דישיבה קטנה סאטמאר וויליאמסבורג אין דע קאנטרי, איז דעם ערב שבת אנגעקומען צום זומער-הויז פון הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו בשכינות פונעם קעמפ, ווי עס איז פארגעקומען אן אסיפה לטובת מוסדות חסד לאברהם אין בני ברק, וועלכע שטייט היינט צוטאגס תחת נשיאתו פונעם סקולענער רבי'ן פון לעיקוואד. ביים מסיבה האט דער נדיב ר' יואל בייגעשטייערט די אס


היסטארישער בריוו פון הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו צום גערער רבי'ן געשפרעך פון טאג ביים היימישן ציבור
מאנטאג פ' קרח • כ"ז סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אלי וואהל אין גאר דראמאטישע נייעס איז היינט באקאנט געווארן איבער א היסטארישע בריוו וואס הרבני הנגיד הטפסר המרומם ר' יואל לאנדא מחשובי חסידי סאטמאר אין וויליאמסבורג האט נעכטן איבערגעגעבן לידי קדשו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, וועלכער האט ווי באריכטעט זיך צוריקגעקערט אהיים קיין ירושלים עיה"ק נאכ'ן וויילן צוויי וואכן אין אמעריקע לטובת דעם קרן התורה דחסידי גור. נעכטן בעפאר'ן ארויספליען פון ניו יארק אויפ'ן וועג קיין ארץ י


מעמד הוקרה ביי האד' מפשעווארסק לכבוד הנגיד ר' יואל לאנדא צום קנין זכות שם המקוה טהרה דקהל מחזיקי הדת אנטווערפן
דינסטאג פ' ויקהל • י"ח אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש אן אייגנארטיגער מעמד הוקרה און מסיבת לחיים איז לעצטע וואך אפגעראכטן געווארן במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין שטאט אנטווערפן, לכבודו פונעם וועלט-בארימטן שר הצדקות והחסד הנגיד ר' יואל לאנדא פון ניו יארק, וועלכער האט בייגעשטייערט א פילאנטראפישע נדבה פון קרוב צו 2 מיליאן דאלאר, פאר די נייע מקוה טהרה דקהל מחזיקי הדת אין אנטווערפן. דער נגיד ר' יואל איז געווען צוגאסט אין אנטווערפן לרגל די שמחת החתונה בחצר הקודש פשעווארס


הערליכע שבע ברכות בשמחת בית סאטמאר אפגעראכטן דורך שר הנגידים לבית סאטמאר הנדיב ר' יואל לאנדא הי"ו
דינסטאג פ' וארא • כ"א טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש ווי באריכטעט איז פאריגן ליל שישי אפגעראכטן א הערליכע מסיבת שבע ברכות דורכן שר הנגידים והנדיבים לבית סאטמאר הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא שליט"א, לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בשמחת נישואי נכדתו, הכלה בת בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. צום שמחת השבע ברכות זענען געלאדענט געווארן אלע ראשי הקהלה והמוסדות פון סאטמאר, ועל צבאם דער נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האט בעת די דברות קודש איבערראשט די פארזאמעלטע מיט די בשורה מ


שטוינענדע נדבות פון שר הנגידים לבית סאטמאר ר' יואל לאנדא הי"ו אנאנסירט ביי שבע ברכות בשמחת בית סאטמאר
זונטאג פ' וארא • י"ט טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש ויתן ויחזור ויתן: סאטמארע חסידים האבן מיט קורת רוח אויפגענימען די נייעס איבער די שטוינענדע נדבות פון הנגיד הנכבד שר הנגידים לבית סאטמאר ר' יואל לאנדא שליט"א וועלכע האט פאריגן ליל שישי אפגעראכטן א רייכע שבע ברכות לכבוד די שמחה בבית הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בנישואי ביתו הכלה תחי' למזל טוב. בשעת די שבע ברכות האט דער דינאמישער מנכ״ל פון מוסדות סאטמאר קרית יואל, הרה״ח ר׳ משה אלי׳ עסטרייכער הי"ו ג


ווידיאו • מסיבת הכרת הטוב לכבודו פון הנגיד ר' יואל לאנדא במעון הקודש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין קרית יואל
דאנערשטאג פ' שמות • ט"ז טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


נאסטאלגישע באזוך בבית הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין קרית יואל דורך 16 הויז-בחורים, לכבודו פון הטפסר ר' יואל לאנדא הי"ו
מיטוואך פ' שמות • ט"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש א שטיק נאסטאלגיע און בענקשאפט נאכ'ן אמאל בהלו נר הרה"ק מסאטמאר זי"ע, האט זיך ערוועקט דעם פארלאפענעם זאת חנוכה בביתו נאוה קודש אויף די בעיקערטאון גאס אין קרית יואל, וואו אויף אן ערשטמאליגן פארנעם האבן זיך דארט פאראייניגט א קבוצה נכבדה פון זעכצן ישישי ונכבדי חסידי סאטמאר, וועלכע האבן זוכה געווען לשמש בקודש פנימה אלס 'הויז-בחור'. דער באזוך איז צוגעשטעלט געווארן דורך הנהלת מוסדות יטב לב בירושלים, לכבודו פונעם לעגענדארן פילאנטראפ און


ווידיאו • הנגיד ר' יואל לאנדא אנאנסירט אסטראנאמישע נדבה פאר הרמת קרן המלמדים ביי היסטארישע "כינוס סאטמאר"
דאנערשטאג פ' מקץ • כ"ה כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש די שטארק-רירנדע ווערטער דורךהרבני הנגיד הטפסר המרומם ר' יואל לאנדא שליט"א ביים היסטארישן מעמד הודאה און 'כינוס חסידי סאטמאר' דעם כ"א כסליו, וואו דער נדיב ר' יואל האט געמאלדן איבער א היסטארישע אינציאטיווע לרומם קרן חינוך הדורות. דער נדיב האט מבשר געווען אז די הנהלת המוסדות גייט בעז"ה ארויפברענגען דאס געהאלט פון די הונדערטער געטרייע מלמדים וכלי קודש אין די מוסדות מיט אן אסטראנאמישע ״דרייסיג פראצענט העכערונג״, מיטן הילף פון ר' יוא


חנוכת הבית פאר נייעם 'עידן לאנדא' שמחה זאל בשילוב מיט רייכע שבע ברכות לכבוד הנדיב ר' יואל לאנדא
מיטוואך פ' ויגש • ח טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך מיטוואך אווענט איז פארגעקומען א רייכע מסיבת שבע ברכות וואס די הנהלת מוסדות והישיבה קטנה ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג האט צוגעשטעלט לכבודו פונעם נדיב בונה ומקים עולמות של תורה ר' יואל לאנדא בהשתתפות פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וועלכע האט באשיינט די שמחה לכבוד דעם חשובן נדיב. בשעת דעם מעמד שבע ברכות איז געמאלדן געווארן דורך די הנהלת המוסדות, בנוכחתו פונעם רבי'ן שליט''א אז דער נייער הערליכער זאל בנדבת לבו פונעם נדיב


קורצע באזוך פון האד' מטאהש אין ניו יארק; סעודת ראש חודש בבית הנגיד ר' יואל לאנדא
מיטוואך פ' קרח - ב' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות פארגאנגענעם זינטיג איז כ''ק האדמו''ר מטאהש שליט"א אנגעקומען אויף א בליץ באזוך אין ניו יארק צו באשיינען עטליכע שמחות אין מאורעות בקרב חסידיו. זינטיג נאכט האט זיך די רבי משתתף געוועהן ביי צוויי חתונות אין מאנסי און ביי די החתונה פון בת הרבני הנגיד בערי ווייס הי"ו אין מאנהעטן. מאנטאג אינדערפרי ר"ח תמוז האט דער רבי געדאווענט שחרית בבית מדרשו אין קרית יואל אין נאכמיטאג האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי א רייכע שמחת השבע ברכות לרגל די חתונ


במוצאי מנוחה • האד' מסאטמאר באזוכט בבית הנגיד ר' יואל לאנדא אין וויליאמסבורג
זונטאג פ' נשא א' - א' סיון תשפ"ג | קול בחצרות בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וואס האט געוויילט אויף שבת אין שטאט וויליאמסבורג איז נעכטן מוצאי שבת ארויף אויף א באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד הנכבד מוה''ר ר' יואל לאנדא הי''ו לרגל שמחת ארוסי בתו למז''ט, ווי דער נדיב ר' יואל האט באשטייערט א סכום נכבד פון 250 טויזנט דאללער לטובת דעם נייעם בנין 'הכנסת אורחים' אינעם שוהל-הויף, בעיר האבות סיגוט יצ"ו, אין דערמיט אפגעקויפט דעם שם הבנין פונעם בנין הכנסת אורחי


bottom of page


