top of page
האד' מקרעטשניף וועט ארויספארן קיין ניו יארק צו מבקר חולה זיין חתנו האד' מבית שמואל צבי דספינקא לרפו"ש
זונטאג פ' שופטים • כ''ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט מאנטאג נאכמיטאג וועט זיך כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א ארויסלאזן קיין ניו יארק צו מבקר חולה זיין ביי חתנו חביבו כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ד'ספינקא שליט"א לרפואה שלימה. דער ספינקער רבי שליט"א, וועלכער איז ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע מיט איבער א יאר צוריק, איז דעם פרייטאג ערב שבת אריינגעפירט געווארן אין איילעניש צו די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן, נאך וואס דער מצב האט זיך דראסטיש פארערגערט ווען עס זענען א


נאמען "רפאל" צוגעגעבן פאר כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א אלס סגולה לרפואה
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש אין ליכט פון די שווערע געזונט צושטאנד פון כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א פון מאנשטעסטער, מעמודי החסד בדורנו הזקוק לרחמי שמים מורבים, איז נעכטן באשלאסן געווארן מוסיף צו זיין דעם נאמען "רפאל" פארן רבי'ן, אלס סגולה לרפואה ואריכות ימים מיטן אויבערשטנס הילף. ווי באקאנט איז דער רבי שליט"א שפיטאליזירט א לענגערע תקופה מיט פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס, צוערשט אין ציריך שווייץ און איצט אין קליוולאנד וואו דער רבי שליט"א געפונט זיך איינע פו


השתדלו והרבו תחינה: מצב ביי האד' מבית שמואל צבי דספינקא ווידער פארערגערט
מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואת כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא שליט"א, וועמענס מצב הבריאות האט זיך ווידער פארערגערט, נאך איבער א יאר צייט וואס דער רבי ווערט באהאנדלט מיט די ביטערע מחלה ה"י. דער רבי שליט"א איז דעם פרייטאג ערב שבת אהיימגעקומען פון שפיטאל, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן עטליכע טעג אויף באהאנדלונגען אין ליכט פון פרישע קאמפליקאציעס, וואס האט שטארק פארערגערט די מצב, און איז נאך אלס גאר


האד' מהארדענקא אריבערגעפירט קיין קליוולאנד פאר באהאנדלונגען; זארג איבער פארערגערונג אין מצב הבריאות
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דורכאויס די לעצטע מעת לעת איז ליידער אנטשטאנען א פארערגערונג אינעם מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מהורדענקא שליט"א פון מאנטשעסטער, וועלכער געפונט זיך שוין ליידער אין שפיטאל א לענגערע צייט און איז אנגעוואנדן אויף רחמי שמים. פארלאפענעם וואך האט מען אויף די רעקאמענדאציע פון די דאקטוירים אריבערגעפירט דעם רבי'ן קיין קליוולאנד, וואו עס געפונט זיך איינע פון די מערסט פארגעשריטענע שפיטעלער, צוזאמען מיט א ספעציעלן ריהעב צענטער, מיטן האפענונג א


טויזנטער וויזניצער חסידים האבן אויסגעגאסן דאס הארץ ביים כותל המערבי לרפואת האד' מוויזניץ
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אלפי חסידי וויזניץ, האבן פאריגן ליל שישי איבערגעפולט דעם רחבת הכותל המערבי ביים ערשטמאליגן און געהויבענעם מעמד תפילה וזעקה. טויזנטער חסידים, אנשים נשים וטף פון אלע עקן ארץ ישראל, האבן אפגעשטעלט זייער סדר היום און געשטראמט צום שריד בית מקדשנו, במקום שלא זזה ממנו שכינה, איינצורייסן רחמי שמים מרובים לרפואתו השלימה והמהירה פונעם רעיא מהימנא קדישא, מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, רבי ישראל בן לאה אסתר, וועלכער געפינט זיך שוין קרוב צו צ


בקשו רחמים: האד' מאוזרוב אנגעוויזן אויף תפילות ישראל נאכן ליידן פון א הארץ אטאקע
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בקשו רחמים: אידן איבער די וועלט, זענען מתפלל לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מאוזרוב שליט"א, מפארי האדמורי"ם אין שטאט בני ברק, וועלכער איז היינט אינדערפרי אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן ליידן פון א הארץ אטאקע ל"ע. דער רבי שליט"א האט היינט געהאלטן אינמיטן דאווענען שחרית בבית מדרשו ווען ער האט אנגעהויבן נישט גוט שפירן, און איז אריין בחדרו הפרטי וואו ער איז קורצליך דערויף צוזאמגעפאלן נאכן ליידן פאר א הארץ אטאקע רח"ל. די הצלה ו


השתדלו והרבו תחינה: האד' מקאסאן הילקרעסט אריינגעפירט אין שפיטאל נאכן פארלירן באוואוסטזיין
דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש כלל ישראל ווערט געבעטן צו מתפלל זיין לרפואת כ"ק אדמו"ר מקאסאן הילקרעסט שליט"א, וועלכער איז היינט נאכמיטאג צוזאמגעפאלן, און אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען. דער רבי שליט"א ליידט שוין א תקופה פון א שווערע אינפעקציע, צוליב וועלכער ער האט געדארפט נעמען שטארקע מעדיקאציע. אין די לעצטע טעג האט אויסגעזעהן אז דער מצב גייט צום בעסערונג, און מען האט געהאפט אז דער רבי שליט"א האט זיך שוין ארויסגעזעהן דערפון. היינט אבער ה


ווידיאו • עצרת תפילה והתעוררות ביים כותל המערבי לרפואתו השלימה פון האד' מוויזניץ
דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש


בחסדי שמים: האד' מסטאניסלאוו באפרייט געווארן פון שפיטאל; וועט זיך ווייטער ערהוילונג אינדערהיים
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי סטאניסלאוו האבן אפגעאטעמט נאכן ערהאלטן די גוטע בשורה, אז כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א, על ישראל הדרתו אין מאנסי, איז באפרייט געווארן פון שפיטאל, וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן דינסטאג איבערן טאג צוליב געזונטהייט קאמפליקאציעס. דער רבי שליט"א האט אין די לעצטע טעג געליטן פון גאר שטארקע יסורים און שווערע ווייטאגן אין קאפ. נאכן דורכגיין פארשידענע אונטערזוכונגען אין שפיטאל האבן די דאקטוירים אנטדעקט אן אינפעקציע, וועלכע האט


בחסדי שמים: הגאון רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק באפרייט פון שפיטאל
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש דער עולם התורה האט מיט דערלייכטערונג אויפגענומען די גוטע בשורה, אז הגאון הגדול רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א, ראש ישיבת בריסק, איז בחסדי שמים באפרייט געווארן פון שפיטאל, נאכן זיין שפיטאליזירט עטליכע וואכן צוליב זיין געזונט־צושטאנד. ווי באריכטעט האט מען שוין פאריגע וואך זיך אנגעהויבן גרייטן פאר א מעגליכע באפרייאונג פון שפיטאל, אבער ליידער איז די מצב פלוצלינג צוריקגעפאלן, און מען האט שנעל אריינגעפירט דעם ראש ישיבה צום איט


בשורה טובה: המקובל הגה"צ רבי חזקיהו דוב קוק שליט"א זיך ערוועקט נאך לענגערע וואכן על ערש דווי
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט א שבח והודאה צום בורא רפואות איז היינט אנגעקומען די פרייליכע בשורה פון טבריה אמבאלאנגט דעם געזונט־צושטאנד ביים מקובל הגאון הצדיק רבי חזקיהו דוב קוק שליט"א לרפואה שלמה, וועלכער איז שוין לאנגע וואכן מוטל על ערש דווי אין א שווערע געזונט־צושטאנד. נאך א לענגערע תקופה וואס דער מקובל איז געווען פארשלאפט ל"ע, האט ער היינט, בחסדי שמים, זיך ערוועקט און אפילו קאמיוניקירט מיט זיינע נאנטע. ווי די מקורבים געבן איבער האט דער מקובל גערע


בקשו רחמים: דראסטישע פארעגערונג אין מצב הבריאות פון הגאון רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק ראש ישיבת בריסק
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש תורה הקדושה התחנני בבקשה: דער עולם התורה איז איינגעהילט אין זארג נאכדעם וואס עס איז אנטשטאנען א פלוצלינג'דיגע פארעגערונג אינעם מצב הבריאות פון הגאון האדיר רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א, ראש ישיבת בריסק. היינט מאנטאג פארמיטאג איז געקומען די ענדגילטיגע החלטה פון די דאקטוירים אז דער ראש הישיבה קען שוין באפרייט ווערן פון שפיטאל, אבער אין די לעצטע שעה'ן האט זיך ליידער געמאכט אומפארגעזעענע קאמפליקאציעס, און די ראש הישיבה איז תי


המקובל רבי חזקיהו דוב קוק שליט"א אריבערגעפירט געווארן צו ריהעב שפיטאל נאך שינוי לטובה אין מצב בריאותו
זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט פרייד ווערט אויפגענומען די גוטע בשורה, אז דער בארימטער מקובל הגה"צ רבי חזקיהו דוב הכהן קוק שליט"א לרפואה שלימה איז היינטיגן זונטאג ערלויבט געווארן צו פארלאזן די פוריה שפיטאל אין טבריה, און זיך ווייטער ערהוילן פון זיין שווערן געזונט צושטאנד וואס גייט ב"ה צו בעסערונג. דאס קומט נאך לענגערע וואכן וואס דער מקובל איז געווארן שפיטאליזירט, בעת כלל ישראל האט איינגעריסן וועלטן לרפואתו השלימה, אצינד נאך וואס מען האט ב"ה טיילווייז אראפ


אויסטערלישע שוואכקייט באפאלן האד' מוויזניץ; אידישע קינדער גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש וויזניצער חסידים זענען היינט ווידער פארבעטן געווארן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פונעם מנהיג העדה הקדושה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה וואס איז ליידער שטארק אפגעשוואכט אין די יעצטיגע טעג. דער רבי שליט"א האט זיך שוין נעכטן אנגעהויבן נישט גוט שפירן, מען האט געלאזט רופן א דאקטער צום רבינס אכסניא אין מושב אורה, און נאכן אונטערזוכן דעם רבי'ן האט ער באשטעטיגט אז דער רבי ליידט פון אן אלגעמיינע שוואכקייט. ווי די מקורבים געבן איב


עורו נא התעוררי נא: מצב הבריאות פון האד' מהארדענקא - קריטיש
זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש כלל ישראל ווערט גערופן מעורר זיין רחמי שמים מרובים לרפואתו השלימה פון האי גאון וצדיק מגדולי עמודי החסד בדורינו כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א פון מאנטשעסטער וועלכע געפונט זיך אין א קריטישן געזונט צושטאנד, און איז אנגעוואנדן אין תפילות ישראל. דער רבי שליט"א וועלכער איז שוין ליידער א תקופה נישט בקו הבריאות איז דעם אנהייב זומער אפגעפירט געווארן צו א שפיטאל אין שווייץ לצורכי רפואה, וואו ער איז היינט אריבער אן עמערדזשענסי אפעראציע דארט א


בקשו רחמים: הגרא"י סאלאווייטשיק ראש ישיבת בריסק אפגעפירט אין שפיטאל צוליב נאכווייען פון הארץ אפעראציע
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש לקיים בנו חכמי ישראל: כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואתו השלימה פון הגאון האדיר רבי אברהם יהושע הלוי סאלאווייטשיק שליט"א, ראש ישיבת בריסק, וואס איז היינט אפגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים. ווי באריכטעט, איז דער ראש ישיבה שליט"א פארלאפענע וואך אדורך אן אפעראציע אויפ'ן הארץ און איז דעם אנהייב וואך באפרייט געווארן פון שפיטאל. דורכאויס די לעצטע טעג איז געשאפן געווארן קא


בהוראת המשגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א: נאמען "חזקיהו" צוגעגעבן פאר המקובל רבי דב קוק שליט"א לרפו"ש
פרייטאג פ' בהעלותך • כ' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין ליכט פון די שווערע געזונט צושטאנד פון המקובל, הגאון רבי דב הכהן קוק שליט"א, איז נעכטן באשלאסן געווארן מוסיף צו זיין א נאמען פאר'ן רב שליט"א אלס סגולה לרפואה ואריכות ימים מיטן אויבערשטנס הילף. דער באשלוס איז געקומען נאך אן אסיפה דורך די קינדער און נאנטע תלמידים, וועלכע האבן זיך דורכגעשמועסט איבער די סגולה צו טוישן אדער צוגעבן א נאמען, ווי חז"ל זאכן אין מסכת ראש השנה אז "שינוי השם" איז איינע פון די זאכן וואס צורייסן דעם גזר


רחמים שאלו: הרבנית הישישה מראחמיסטריווקא תליט"א אפגעפירט אין שפיטאל אין קריטישן געזונט צושטאנד
זונטאג בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעו שערי שמים: חסידי ראחמיסטריווקא זענען יעצט פארמיאטאג פארבעטן געווארן צו מעורר זיין רחמי שמים מרובים לרפואתה השלימה פונעם אמה של מלכות, הרבנית הצדיקת והישישה מראחמיסטריווקא תליט"א אלמנת כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל וועלכע איז נארוואס אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישן געזונט צושטאנד. די רעבעצען שתחי' וואס איז שוין ליידער א תקופה נישט בקו הבריאות איז היינט פארמיטאג אריין אין א ’סעפטיק שאק’ וואס האט צוגעברענגט


עיני העדה: האד' מגור וועט אריבערגיין קומענדיגן דינסטאג אפעראציע אויף די אויגן
זונטאג פ' נשא ב' • ח' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש גערער חסידים בכל מקומות מושבותיהם זענען איינגעהילט אין אן ערנסטן שטימונג, ווען עס איז געמאלדן געווארן אז כ"ק אדמוו"ר מגור שליט"א איז ערווארטעט די וואך דורכצוגיין א לייכטע אפעראציע אויף די אויגן. דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי ליידט די לעצטע תקופה פון מיחושים אויף די אויגן וואס האט אפגעשוואכט די ראיה, און נאכדעם וואס די דאקטוירים האבן בודק געווען און דורכגעפירט אלע נויטיגע אונטערזוכונגען, האבן זיי באשטעטיגט אז דורכ'ן דורכפירן א ספע


מצב ביי המקובל רבי דב קוק שליט״א פארערגערט; דאקטוירים באטראכטן שווערע שריט רח״ל
מיטוואך פ' נשא א' • ד' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די צייט וואס דער מצב הבריאות ביי המקובל הגה"צ רבי דב הכהן קוק שליט"א איז ליידער שטארק פארערגערט געווארן דורכאויס די לעצטע מעת לעת, טוען אידישע קינדער איבער די גארער וועלט ווייטער מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון דעם צדיק תמים ונשגב וואס רבים צריכים לו. דער מקובל געפונט זיך שוין אויף א רעספערעיטאר עטליכע טעג, און דערצו האט זיך אנטוויקלט פארשידענע קאמפליקאציעס אריינגערעכנט א שווערע אינפעקציע, און די דאקטוירים זאגן אז זיי וועלן מ


bottom of page
