top of page
שיינעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין ת"ת נעימות התורה אין נארט מיאמי
דינסטאג פרשת ויצא • ז' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אין די טעג בעת כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן אינעם מקום הנופש אין נארט מיאמי פלארידע איז דער רבי געלאדענט געווארן אויף א באזוך אינעם היימישן תלמוד תורה נעימות התורה, וועלכע שטייט בנשיאות הרה"ג ר' בנימין פעלבראנד שליט"א רב קהילת קדושת לוי אין נארט מיאמי. אנקומענדיג האט דער רבי קובע געווען א מזוזה ביים נייעם פליגל וואס איז צוגעבויעט געווארן צום תלמוד תורה געביידע, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים


היסטארישע "סידור הישועות" פון הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע בקודש פנימה ביי האד' מפשעווארסק
דינסטאג פרשת ויצא • ז' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש התרגשות'דיגע מאמענטן האבן זיך נעכטן אפגעשפילט בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין אנטווערפען, ווען כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א פון בארא פארק האט באזוכט ביים רבי'ן מיט'ן וואונדערליכער "טשענגער סידור", שטייענדיג אויפצומארגנס פון די הילולא קדישא פונעם מופת הדור הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע וואס איז אויסגעפאלן דעם זונטאג. דער רבי שליט"א וועלכער האט זיך געפונען על אם הדרך אויפן וועג אהיים פונעם יארצייט אין טשענגער, ה


ווידיאו • גראנדיעזע מעמד הנחת אבן הפינה פאר מוסדות מונקאטש אין מאנסי
דינסטאג פרשת ויצא • ז' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש


ברוך הבא: האד' מסאדיגורא באזוכט אין שטאט מאנטריאל לרגל א משפחה שמחה
דינסטאג פרשת ויצא • ז' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN די וואך האט כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א אפגעראכטן א בליץ-באזוך קיין מאנטריאל קאנאדע, צו באשיינען די חתונה פון אן אייניקל פון זיין שווער הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך שליט"א אבד"ק אהל יעקב אנטווערפען. מיטוואך נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א געלאנדעט אינעם נוארק לופטפעלד אויף א קורצן אפשטעל, וואו א שיינעם ציבור חסידים איז ארויסגעקומען מקבל פנים זיין דעם רבי'ן. אינעם לופטפעלד האט מען געדאווענט מנחה, און דער רבי שליט"א


bottom of page


