top of page
הונדערטער מיטגעהאלטן מעמד ההדלקה דורך המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א אין מירון
מוצאי שב"ק פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN דעם מוצאי ל"ג בעומר, איז אנגעקומען קיין מירון הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ריש חבורת נחלת יעקב, נאכ'ן קלעטערן דורך די וועלדער פאר שעות ארוכות. נאך א קורצע אפרו בבית האכסניא, איז דער משפיע זיך געגאנגען מטהר זיין אין די פראוויזארישע מקוה אין חצר פון משפחת מילער אין מושב מירון, כהכנה צום מעמד הדלקה. נאך די מקוה איז דער משפיע אנגעקומען צום מתחם הדלקה, און מעריך געווען א מעמד קדוש ו


הלילה הולך אחר היום: האד' מתולדות אהרן אין אתרא קדישא מירון למחרת ל"ג בעומר
דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם מוצאי ל"ג בעומר תיכף נאכ'ן געהויבענעם טיש לכבוד היום, האט זיך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ארויסגעלאזט אין שפיץ פון מערערע שיירות חסידים, קיין אתרא קדישא מירון, פוקד צו זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי. די רייזע איז אריבער מיט פארשידענע טלטולי דרכים, ביז ארום דריי אזייגער פארטאגס ווען אלע באסעס האבן ענדליך דערגרייכט מירון. דער רבי שליט"א איז ארויסגעפארן מיט א ספעציעלע "ספרינטער" אויטא כדי צו


נֶגֶד צוֹרְרֶיךָ: ל"ג בעומר אין אתרא קדישא מירון | חלק ב'
מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מ. אדלר אשרינו שזכינו, ברוך שהגיענו, שרייט זיך ארויס פון די צענדליגער טויזנטער אידן וואס האבן זוכה געווען לעלות אל הר ה' און פייערן דעם הייליגן יו"ט ל"ג בעומר באתרא קדישא מירון, על אפם וחמתם פון די ציוניסטישע אויטאריטעטן וואס האבן זיך היי-יאר ווידער פארלייגט מיט רשעות'דיגע באגרעניצונגען און אפיציעל פארשלאסן מירון אין טאג פון ל"ג בעומר. מה נהדר היה המראה, די שמחה עצומה וואס האט געפלאקערט רונדע די גאנצע מעת לעת, און


בראש קהל חסידיו: האד' מטשארנאביל פוקד געווען ציון הרשב"י אין אתרא קדישא מירון אין טעג נאך ל"ג בעומר
זונטאג פ' במדבר • כ''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד כהן


תשלומין: טויזנטער אידן ובראשם אדמור"ים ורבנים אנגעקומען קיין אתרא קדישא מירון אין טעג נאך ל"ג בעומר
מוצאי שב"ק פ' בהר בחוקתי • כ''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: י. ווייס די שמחה פונעם יום טוב ל"ג בעומר האט אנגעהאלטן ווייטער אין די טעג דערנאך, ווען מירון איז ווידער פארפלייצט געווארן מיט פילע טויזנטער געסט, וועלכע האבן נישט עספיעט אנצוקומען אין ל"ג בעומר, ובראשם האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם ורבנים מיט הונדערטער חסידים וועלכע זענען געקומען צופארן קיין מירון אלס אן השלמה פונעם גרויסן טאג ל"ג בעומר. מוצאי ל"ג בעומר זעלבסט איז געווען איין לאנגע המשך פונעם געהויבענעם יום ט


ווידיאו • האד' מראחמיסטריווקא אין אתרא קדישא מירון בליל ל"ג בעומר
דאנערשטאג פ' בהר בחוקתי • כ' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש


ווידיאו • האד' מתולדות אהרן ביים הדלקה אויפן דאך פונעם ציון הק' אין מירון למחרת ל"ג בעומר
מיטוואך פ' בהר בחוקתי • י"ט אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש


וְהִצִּיל אֶת הַלְּחוּצִים: טויזנטער האבן זוכה געווען צו פייערן הילולת רשב"י אין מירון טראץ אלע שוועריקייטן און צוימונגען
דינסטאג פ' בהר בחוקתי • ל"ג בעומר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ארי קופערשטאק,JDN דורכאויס די ערשטע טייל פונעם געהויבענעם טאג ל"ג בעומר האבן שוין צענדליגער טויזנטער אידן זוכה געווען אנצוקומען קיין אתרא קדישא מירון, און נאך רבבות אלפי ישראל פלאנירן אנצוקומען היינטיגן דינסטאג ל"ג בעומר בהילולא דרבי שמעון בר יוחאי. ווי באריכטעט פאריגן פרייטאג, האט געהייסן אז מירון וועט זיין אינגאנצן אפגעשפארט, און פרייטאג מיטאג האט דער מדינת ישראל פרעמיער נתניהו אונטערגעשריבן אן ארדער צו ע


באש ובמים: מעמד ההדלקה דורך האד' מבאיאן אין מירון אריבער מיט ספעציעלע התרוממות טראץ צוימונגען און שוועריגקייטן
מאנטאג פ' בהר בחוקתי • י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש מה נהדר היה המראה, וואויל זענען די אויגן וואס האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן דער מעמד ההדלקה רבתי וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א אויפן ציון הק' אין אתרא קדישא מירון, די חזקה מאבותיו הק' וואס דער רבי האלט אן דור אחר דור, און לייגט אריין אן עבודה רבה מיט אן אויסטערלישן שמחה און התלהבות לכבוד התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי זי"ע. ליידער איז די שמחה ביי די היי יעריגע הדלקה נישט געווען בשלימות, בלויז עטליכע


ערב ל"ג בעומר: טויזנטער געפונען זיך שוין אין אתרא קדישא מירון; לעצטע הכנות אויפצונעמען רבבות "עולי מירון"
מאנטאג פ' בהר בחוקתי • י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: ארי קופרשטוק צענדליגער טויזנטער האבן געוויילט שבת ערב הילולא קדישא אין אתרא קדישא מירון, און א מערהייט פלאנירן דארטן צו פארבלייבן אויף ל"ג בעומר בהילולא דרבי שמעון בר יוחאי, אינמיטן וואס עס הערשט א צעמישעניש און אומקלארקייט איבער וואס די פלענער זענען. ווי באריכטעט פאריגן פרייטאג, האט געהייסן אז מירון וועט זיין אינגאנצן אפגעשפארט, אבער פרייטאג מיטאג האט דער מדינת ישראל פרעמיער נתניהו אונטערגעשריבן אן ארדער צו ערלויבן


האלט מיט לעבעדיג: מעמד ההדלקה דורך האד' מבאיאן ביים ציון הק' אין אתרא קדישא מירון
מאנטאג פ' בהר בחוקתי • י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש


ווידיאו • פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין אתרא קדישא מירון לכבוד ערב ל"ג בעומר
זונטאג פ' בהר בחוקותי - י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש


משנים קדמוניות: מעמד ההדלקה דורך האד' מתולדות אהרן ל"ג בעומר תש"ע אין מירון
מוצאי שבת אמור - ט"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש


מדינת ישראל זיכערהייט מיניסטעריום באטראכט מעגליכקייט גענצליך אפצושליסן מירון אויף די גאנצע וואך פון ל"ג בעומר
דאנערשטאג פ' אמור • י''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע שעה'ן קומט אריין די שטורמישע אנטוויקלונג אנבאלאנגט די הילולא קדישא ל"ג בעומר באתרא קדישא מירון, אז די זיכערהייט מיניסטעריום אין מדינת ישראל טוט אצינד באטראכטן די מעגליכקייט פון ליידער גענצליך פארשליסן הר מירון במשך די גאנצע קומענדיגע וואך, און פארשליסן די צוטריט פון רבבות אלפי ישראל וואס האבן אזוי ארויסגעגארט צו קומען קיין מירון צום תנא אלקי. דאס קומט אין ליכט פון א פארערגערונג אינעם זיכערהייט צושטאנד אין צפון


ענדגילטיג: הר הקודש מירון וועט זיין געצוימט פאר מתפללים אום ל"ג בעומר
זונטאג פ' אמור • ט' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש די מדינת ישראל רעגירונג האט יעצט ביינאכט געמאלדן זייער ענדגילטיגע באשלוס צו באגרעניצן הר הקודש מירון אויף דעם קומענדיגן ל"ג בעומר צוליב די געפאר אז די כיזבאלא טעראר גרופע וועט אויסנוצן דעם טאג פאר זייערע בייזוויליגע פלענער, אין די צייט וואס טויזענטער אידן געפונען זיך אין מירון, וואס איז היבש נאנט צו די גרעניץ מיט לבנון. די גאנצע בארג וועט אנגעבליך זיין פארשלאסן פון זונטאג נאכט ערב ל"ג בעומר ביז מאנטאג נאכט מוצאי ל"ג בעומר, און די


נאסטאלגיע • מעמד ההדלקה דורך האד' מתולדות אהרן אין מירון | ל"ג בעומר תשע"ט
מוצאי שב"ק פ' אחרי קדושים • ח' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש


דראמא אין מירון: קריזיס איבער אינשורענס האלט אפ הכנות פאר ל״ג בעומר
מוצאי שב"ק פ' אחרי קדושים • ח' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין בעפארברייטונג צום היי יעריגן הילולא ל"ג בעומר אין מירון, הערשט גרויס זארג ביי שלומי אמוני ישראל, נאך א פאדערונג פון די "וועדת החמישה" וועלכע פארפירט אויפן גאנצן מתחם הציון אין מירון, וועלכע האבן קלאר געשטעלט אז זיי וועלן נישט נעמען קיין שום שריט אן א פערזענלעכע פארזיכערונג-דעקונג פאר די קאמיטע מיטגלידער. די זכרונות פונעם שוידערליכן מירון טראגעדיע אין יאר תשפ"א שוועבן נאך אלץ אין די לופטן, און די חברי הוועדה האבן מור


טויזנטער ערווארטעט ביי ערשטמאליגע מעמד ההדלקה דורך האד' מסקולען י-ם ביי ריזיגן "מתחם ההילולא" אין מירון
מוצאי שב"ק פ' אחרי קדושים • ח' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בשמחה עצומה ווערט אויפגענומען ביי תושבי ארצינו הקדושה, אז דאס יאר וועט צום ערשטן מאל פארקומען א גרויסארטיגער סקולענער הדלקה אין אתרא קדישא מירון בעצם יום ל"ג בעומר, די מעמד ההדלקה אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א וועלכער וועט צום ערשטן מאל אפרעכטן די הדלקה רבתי לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי במעמד אלפי ישראל אויפן דעזיגנירטע ''מתחם ההילולא'', ווי עס ווערט גערופן 'מתחם 89', וואס געפינט זיך אונטן ביים מ


עולו ואתכנשו: גייסטרייכע מעמד "נהירין" פארגעקומען ביום ז' אדר אין מירון אין שפיץ פון האד' מאשלג
מיטוואך פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש אינעם יום המסוגל ז' אדר, יומא דהילולא פון משה רבינו ע"ה, איז אפגעראכטן געווארן אין אתרא קדישא מירון די צווייטמאליגע געהויבענע מעמד "נהירין", געשטעלט געווארן מיטן ציל זיך צו מחזק זיין און פאראייניגן אידישע קינדער מיט א כח הרבים, צו עוסק זיין אינעם ספר הזוהר הקדוש בבהירות והבנה, צוגעשטעלט דורך די בארימטע מכון "נכספה". דער מעמד איז פארגעקומען צום צווייטן מאל, אפצייכענענדיג די סוקסעס מיט א יאר צוריק ווען מען האט מייסד געווען דעם היילי


הונדערטער בחורי סאטמאר אין ארה"ק האלטן מיט יומא אריכתא ביי געהויבענער נסיעה מיט אבד"ק סאטמאר ירושלים קיין גליל
דינסטאג פ' תרומה • ל' שבט | בחצרות הקודש קרוב צו דריי הונדערט בחורי חמד, תלמידי הישיבות הקדושות סאטמאר פון איבער גאנץ ארץ ישראל, האבן זוכה געווען מיטצולעבן נעכטן מאנטאג א געהויבענעם "יומא אריכתא" מלא תפילה והתעוררות במחיצתו פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, אויסצובעטן ישועות ורפואות, וכל מילי דמיטב. די נסיעה האט זיך אנגעהויבן אין די פריע פארטאגס שעה'ן ווען די בחורים האבן זיך ארויסגעלאזט ממקומות מושבותיהם קיין עיר הקודש צפת, וואו מען האט זיך געשטעלט דאווענען א פייערדיגע ת


bottom of page
