טויש אין פלאן • האד' מוויז'ניץ מאנסי וועט פראווען שבת בעיר הבירה לאנדאן

דינסטאג פ' אחרי קדושים - ד' אייר תשפ"ג

אין א טויש אינעם פלאן פונעם סדר הנסיעה וואס כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ מאנסי שליט''א פלאנט אונטערצונעמען דער וואך קיין ענגלאנד, איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז די רבי וועט אנדערש ווי געפלאנט וויילן אויף שבת אין לאנדאן.

דער וויזניצער רבי פון מאנסי קומט צו פארן צו א ברית פון אן אייניקל וואס קומט פאר דעם קומענדיגן זינטיג אין מאנשטעסטער, די רבי האט געזאלט וויילן אויף שבת אינעם דערנעבנדיגער שטעטל חלדודנא אויף א שטילער שבת, אצינד האט אבער דער רבי נעתר געוועהן געווארן צו די פערזענדליכע בקשה פונעם ברידער כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט''א צו קומען פראווען דעם שבת בקרב עדת תושבי לאנדאן וחסידי וויז'ניץ.

דער וויזניצער רבי פון לאנדאן וועלכע האט געפלאנט דער וואך ארויסצופארן קיין אויסלאנד אויף אפרוה וועט לכבודו פון אחיו הגדול פארבלייבן אויף שבת אין לאנדאן אין הערשט אפרייזן נאך שבת.