ערהאבן מעמד קביעת מזוזה בראשות האד' מפשעווארסק אינעם נייעם שטאטישן תלמוד תורה אנטווערפען

מיטוואך פ' בהעלתך - י"ח סיון תשפ"ג | קול בחצרות

כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק איז נעכטן נאכט אנקומען אויף קביעת מזוזה ביי די נייע הערליכע בנין פון תלמוד תורה אנטווערפען, וואס דינט אלס די צענטראלע תלמוד תורה פאר אלע חסידישע קינדער אין שטאט פון אלע קרייזן, די תלמוד תורה 'תפארת יעקב' לשמו ולזכרו פון הרה''ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי''ע ווערט געפירט מיט די פערזענליכע הדרכה פונעם פשעווארסק'ער רבין שליט''א, אצינד האט מען אין א מזל'דיגע שעה זוכה געווען צו מחנך זיין דעם נייעם בנין לתורה ולתפילה אין צו דעם געלעגנהייט איז די רבי שליט''א אנגעקומען אויף א מעמד קביעת מזוזה אינעם נייעם בנין התלמוד תורה. ביים מעמד איז געווען אנוועזנד דער בארימטער פילאנטראפ הנגיד החסיד ר' מרדכי קאהן פון מאנטריאל, וועלכער האט מנדב געווען די אסטראנאמישע סומע פון א מיליאן דאללער לטובת די תלמוד תורה, און איז גאר ווארעם באגריסט געווארן דורכ'ן רבי'ן שליט''א וועלכע האט אין די לעצטע תקופה פערזענדליך אויפגעטריבן סכומים אדירים פאר דעם חשובן צוועק.

נאכן קובע זיין א מזוזה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די השתתפות פון די א נדערע נדיבים בעם וואָס זענען זוכה צו זיין שותפים אין דעם בנין, ווי די רבי שליט''א האט אנגעווינטשן דער נדבן ר' מרדכי אין די הנהלת התלמוד תורה, ווי אויך האט אויפגעטראטן דעם רבינס איידעם הרה''צ רבי שלום אלימלך האלברשטאם וועלכע האט שטארק משבח געוועהן דער נדיב ר' מרדכי אין זיינע פילע מעשי צדקה וחסד, נאכן מעמד האט זיך די רבי שליט''א אומגעקוקט ארום דעם נייעם פראכטפולן בנין התלמוד תורה.