מעמד קביעת מזוזה פארן נייעם בנין בית חינוך לבנות 'בנות ראחמיסטריווקא' אין מאנסי

Updated: Sep 14, 2023

מיטוואך פ' האזינו א' • כ"ז אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

אין א פרישע רינגעלע אין די קייט פון די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב ק"ק ראחמסטריווקא מאנסי איז נעכטן פארקומען די מעמד קביעת מזוזות און חנוכת הבית פונעם נייעם בנין בית חינוך לבנות 'בנות ראחמסטריווקא' וואס האט זיך אין די יעצטיגע תקופה אריבערגעצויגן צו א נייעם פרעכטיגן בנין רחבת ידיים הארט קעגן איבער די גרויסע שטחים פונעם תלמוד תורה דחסידי ראחמסטריווקא, נאכדעם וואס די ביז יעצטיגער בנין איז שוין געווען צר מלהכיל לאור די ריבוי העם מבקשי ה' וועלכע ווילן מחנך זיין דעם בנות ישראל הכשרות בדרך המסורה.

די מעמד איז פארגעקומען אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא מאנסי שליט"א און חותנו כ"ק הגה"צ אב"ד ראחמסטריווקא מאנסי שליט"א, וועלכע האבן קובע געווען מזוזות ביים אריינגאנג פונעם נייעם בנין, אויך זענען מכובד געווארן צו קלאפן מזוזות הרה"ג ר' משה גרינבערג ראש ישיבת שער אפרים און מנהל רוחני פון די מוסד, הרה"צ ר' נחמן יוסף טווערסקי איידעם פון הרה"ק בעל 'תורת מרדכי' מויזניץ זי"ע, הרה"צ ר' יהושע טווערסקי איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א און די ראש הקהל הרבני הנגיד ר' משה זאב דאפעלט פטרון המוסדות.

עס האט נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים רבתי לכבוד המאורע מיט די באטייליגונג פון די רבני הקהילה ופני העדה, וואו די גאנצע ציבור איז דורך אל מול פני הקודש וואונטשן לחיים, און כ"ק הגה"צ אב"ד ראחמסטריווקא מאנסי האט משמיע געווען דברי תורה לכבוד המאורע.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין