לעצטע הכנות בחצר הקודש ראחמיסטריווקא לעיקוואד צום גרויסן שבת הכתרה דעם שב"ק

Updated: Aug 25, 2023

דאנערשטאג פ' כי תצא - ז' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: איציק ו.

בחצר הקודש ראחמיסטריווקא אין לעיקוואד ווערן געמאכט די לעצטע הכנות לקראת די גרויסארטיגע שבת קודש במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט"א, וועלכער וועט דעם שב"ק צום ערשטן מאל פראווענען אויף א גרויסע פארנעם, נאכן איבערנעמען דעם כתר האדמורו"ת בקרב קהילתו הקדושה אין שטאט לעיקוואד.

פילע געסט זענען ערווארטעט פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי צו קומען מיטהאלטן די ערשטע שבת בצל הקודש, דער רבי שליט"א וועט אריינקומען צום טיש פרייטאג צונאכטס בעפאר קידוש, און מעריך זיין שולחנו הטהור במעמד קהל רב, הונדערטער תושבי העיר און פילצאליגע געסט, וואס וועלן פלאצירט ווערן דורך די וועד הכנסת אורחים וואס פארפיגט אויף די אש"ל מלא אויף א ברייטע פארנעם. דער גרויסער בנין פון די בערנשטיין'ס ישיבה וואס געפינט זיך בשכינות פונעם ביהמ''ד הגדול איז ארויסגעדינגען געווארן צו קענען אקאמאדירן די פילע אורחים.

היינט דאנערשטאג ביינאכט וועט פארקומען א גרויסארטיגע מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן אין ביהמ"ד הגדול דחסידי ראחמיסטריווקא אין לעיקוואד, וואו דער רבי וועט אויפטרעטן מיט דברות קודש במשנתו פון אביו הגדול דער אומפארגעסליכער רבי דער רעיא מהימנא, נאכן טיש וועט דער רבי צום ערשטן מאל נעמען קוויטלעך פון די חסידים, און נאך שבת וועט פארזעצן די קבלת קהל בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן לקראת די ימי הרחמים והרצון.

שבת אינדערפרי נאכן דאווענען וועט דער רבי שליט"א פראווענען א קידושא רבא בביתו נאוה קודש, ווי עס איז געווען איינגעפירט ביז היינט, אז די בני הקהילה זענען ארויפגעקומען צום רב אין שטוב יעדן שבת נאכן דאווענען אויף קידוש.